top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סאטמאר ברעכט היסטאריע; אריבער 10 מיליאן דאלאר געשאפן אין בלויז אייניגע טעג להרחיב גבולי הקדושה

דינסטאג פ' ויגש • ז' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


סאטמארע חסידים אומעטום האבן מיט קורת רוח באגלייט אין די לעצטע דריי מעת לעתן די שטוינענדע נדבות פון א צאל פילאנטראפן יושבים ראשונה במלכות סאטמאר וואס זענען געווען נענה לקריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין א רייע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן ברחבי תבל ווי פאלגענד:


פארלאפענעם פרייטאג זאת חנוכה נאכמיטאג האט הנגיד החסיד ר' אברהם משה לעווי הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר אין בארא פארק א זוהן פון הרה"ח ר' ליפא לעווי ע"ה מראשי הקהילה זיך פארבינדען מיטן סאטמאר רבי'ן שליט"א און געמאלדן זיין אסטראנאמישע נדבה לטובת דער נייער ביהמ"ד אויף 58 סטריט אין בארא פארק וואו דער נדיב האט אפגעקויפט זכות שם הביהמ"ד פארן סכום פון 1.5 מיליאן דאללער ויקרא שמו בתפארה ביהמ"ד אהל משה דקהל יטב לב.


עטליכע שעה דערויף ליל שב"ק בעת דעם עריכת שלחן הטהור וואס די רבי שליט''א האט אפגעראכטן אינעם ביהמ"ד החדש דקהל יטב לב אויף טרופ עוועניו אין צוזאמענהענג מיטן קאמפיין 'אני בונה' לטובת דער אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד שכונת גערי - טרופ האבן משפחת סטרולאוויטש הנכבדה מחשובי מתפללי הביהמ''ד געמאלדן זייער נדבה פון א מיליאן דאללער לטובת השלמת בנין הביהמ"ד.


א טאג דערויף מוצש"ק ביי א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט''א האט משפחת הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל בייגעשטייערט זייער תרומת הקודש פון 1.5 מיליאן דאללער און דערמיט זיך איינגעהאנדעלט דער זכות אדיר פון א קומה שלימה אינעם נייעם בנין בית רחל בעיה"ק ירושלים הנבנית לשם ולתפארת בפלטרין של מלך.


ואלה מוסיף על הראשונים אין דעם גרויסן טאג פאר מוסדות סאטמאר בארא פארק ביים מעמד חנוכת הבית פונעם 'בנין ליפא פריעדמאן' וואו עס האבן זיך באטייליגט פון די סאמע גרעסטע אידישע פילאנטראפן תומכי תורה ובעלי צדקה און האבן איבערראשט דעם רבי'ן שליט"א מיט פאנטאסטישע סכומים, הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות שער הבנין האדיר, הנגיד ר' בנימין פיליפסאן הי"ו, הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו, און הנגיד בנש"ק הרב נחום רוקח הי"ו, בסך הכל איז באותו מעמד געשאפן געווארן גאנצע פיר מיליאן דאלער צווישן די פארזאמלטע נדיבי עם.


דאס אלעס איז אין צוגאב צו די צוויי גרויסע נדבות פון דעם פארלאפענעם וואך צוערשט דער סכום פון 2.5 מיליאן דאלאר דורך הנגיד ר' שמחה דוב גרינהוט הי"ו פארן היכל התורה היכל שמחה דוב אינעם בנין ביהמ"ד החדש שכונת גערי - טרופ, און 1.5 מיליאן דאלאר דורך משפחת עסטרייכער, לע"נ הרה"ח ר' דוד עסטרייכער ע"ה פארן בנין הת"ת בנין דוד עסטרייכער אויף ראטליזש סטריט אין וויליאמסבורג.


דאס אלעס ברענגט דעם אומגלויבליכער סכום פון 11 מיליאן דאללער להרחיב גבולי קודש על דרך הסלולה פון מרן הרה''ק מסאטמאר זי"ע תחת דגל מחנה יהודה פון ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


Yorumlar


bottom of page