top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספעציעלע מעמד הכרת הטוב ביי באזוך פון האד' מוויז'ניץ אין אלעד לכבודו פון ר' ישראל פרוש ארויסגייענדע מעיאר פון שטאט

פרייטאג פ' צו • י"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוהשע פרוכטר


פארלאפענעם וואך אין די טעג בעפאר פורים איז כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט אלעד אויף א אייגנארטיגע מעמד הכרת הטוב בהשתתפות חסידי וויזניץ אין שטאט פארן ארויסגייענדע מעיאר העסקן ר' ישראל פרוש אלס אנערקענונג צו זיינע פילע פעולות לטובת די אויפבלי פון די היימישע שטאט בכלל און לטובת חסידי וויזניץ אין שטאט בפרט.


די רבי שליט"א האט אויפגעטרויטן מיט דברות קודש, א שמועס איבער הכרת הטוב פול מיט פאסיגע דברי חיזוק פאר די ארויסגייענדע מעיאר, די רבי שליט"א האט ערווענט דעם מבשרי אחזה, אז ער שפירט מיט העסקן ר' ישראל פרוש וויבאלד ער אליין האט אויך מיטגעמאכט אזאנס, די רבי האט פארציילט אז ער האט אזויפיל געטון און אריינגעלייגט כוחות און צוריקבאקומען שטיינער.


די רבי האט ארויסגעברענגט אז מען טאר נישט צובראכן ווערן נאר מען דארף אלס אננעמען באהבה און קוקן אויף פאראויס און נישט אויף צוריקוועגס, די רבי האט מחזק געווען את ידיו פון ר' ישראל אז ער זאל נישט צוקלאפט ווערן נאר אדרבה ער זאל מוסיף והולך זיין און נישט קוקן אויף צוריק, די רבי האט אים אנגעוואונטשען פולע ברכות אויף זיינע ווייטערדיגע לייסטונגען פארן כלל.


דערנאך האט זיך די רבי שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן מיט ר' ישראל א ריקוד מיט א לעבעדיגע ניגון שמחה און די ציבור האט מיטגעטאנצן און זיך מיטגעפרייט אויף די דערהויבענע באזוך און חיזוק פאר חסידי וויזניץ אין אלעד.


א הויכפונקט פון די מעמד איז געווען ווען די רבי שליט"א האט איבערגעגעבן א מתנת קודש למזכרת אהבה פאר די ארויסגייענדע מעיאר, די רבי האט ארויסגענומען זיין אייגענע טלית, די טלית איינגעווייקט מיט די דערוהויבענע תפילות פונעם רבין שליט"א פון עטליכע יאר, אין האט געשאנקן די טלית פאר ר' ישראל אלס א צייכן פאר זיין הכרת הטוב.


נאך די דערהויבענע מעמד איז די רבי אריבערגעגאנגען צו נאך א אייגנארטיגע מעמד, א הערליכע מעמד הכנה לפורים אינאיינעם מיט א חשובע חבורה פון די עלטערע בחורים חסידי וויזניץ וואס האבן נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן זייער ריכטיגע זיווג, וואס די רבי איז גאר שטארק מחשיב און זיי מחזק זיך צו האלטן אינאיינעם.


די רבי האט גאר ווארעם פארברענגט מיט די בחורים, די רבי האט איבערגעגעבן א שמועס בעניני דיומא לקראת פורים וויאזוי זיך צו האלטן שטארק און ערליך טראץ אלע שוועריגקייטן, דערנאך האט מען געטאנצן בתוף ומחול, די בחורים זענען אריבער און די רבי האט מאציל געווען מברכותיו הטהורים אויף די בחורים וואס זענען אזוי חקוק על לבו הטהור.












Yorumlar


bottom of page