top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגאנארטיגע שבע ברכות בשמחת בית גור מיוחד פאר יתומים, עלנדע אינגעלייט אין אלמנות

מיטוואך פ' ויקרא • י' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם דינסטאג אווענט איז פארגעקומען  אן אייגנארטיגע שבע ברכות בשמחת בית גור צוגעשטעלט דורך די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע 'הבן יקיר' וועלכע טוט זיך אפגעבן מיט די יתומים אין די קהילה, די שמחה איז פארגעקומען אין בנין ביהמ''ד הגדול דחסידי גור אויסשליסלעך פאר די יתומים, די עלנדע אינגעלייט אין די אלמנות אין די קהילה, וועלכע האבן געהאט די זכיה צו מיסב זיין על שולחן מלכים, בעת שמחתו פונעם רבי'ן שליט"א אין בנו חביבו הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון די חשובע ארגאניזאציע.


די זיידע כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א האט מיטגעהאלטן די שבע ברכות מרישא ועד גמירא, גאנצע דריי שעה, און אין אן אמגעווענדליכער שריט זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה בשעת די שמחה. נאכן בענטשן זענען אלע יתומים דורך וואונטשן לחיים אין מזל טוב פארן רבי שליט''א אין די חתן אין מחותנים.


נאכן שבע ברכות איז געוועהן צוגעגרייט א רייכע פראגראם פאר די משתתפים, דרשות מלא תוכן אין אינטערסאנטע אקטיוויטעטן פאר די יתומים לכבוד די שמחה.

































Comments


bottom of page