top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מדזיקוב וויז'ניץ באזוכט אין מפעל החסד 'לחמי מרדכי' אין בעפארברייטונג צום פסח חלוקה פאר אלמנות אין יתומים

דאנערשטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די טעג בעפאר די פארלאפענע יו"ט פורים ווען אין די חלוקה הויפטקווארטירן פונעם מפעל החסד "לחמי מרדכי" גרייט מען זיך שוין פעסט צום יו"ט פסח, אויף די גרויסארטיגע חלוקות פאר פולע אלמנות אין יתומים אין בית שמש, איז פארגעקומען א דערהויבענדע חיזוק באזוך פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויז'ניץ שליט"א וועלכע האט זיך ארומגעקוקט אויף די פיבערהאפטיגע הכנות.


די באזוך איז געקומען נאכדעם וואס די נשיא המפעל הרה"צ ר' מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך אמונה איז געווען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א און איינגעלאדענט די רבי שליט"א צו קומען מפקח זיין על המלאכה און צוזען מיט די אייגענע אויגן די עבודת הקודש פון די הכנות צו די קמחא דפסחא חלוקות.


די רבי האט אויפן ארט באקומען א דעטאלירטע באריכט איבער די בעפארשטייענדע גרויסארטיגע פסח חלוקות און איבער די פארשידענע אקטיוויטעטן פאר עלנדע אינגעלייט און אלמנות, יתומים און יתומות תושבי בית שמש.


נאך א קורצע שפאציר ארום אין זעהנדיג די העפטיגע צוגרייטונגען האט די רבי שליט"א שטארק אנגעוואונטשען די עסקנים פון די וואוילטעטיגע ארגענעזאציע, די רבי האט זיי מעודד געווען און מחזק געווען ווייטער אנצוגיין מיט די געוואלדיגע עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז.














Comentarios


bottom of page