top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הויפענעס חיזוק פאר אלפי בני העיר קרית יואל ביי פייערליכער מעמד "קהלא קדישא" | ברייטע דעקונג

מיטוואך פ' תרומה • ה' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


טויזענטער חסידים ואנשי מעשה תושבי קרית יואל רבתי, זענען אונטערן טיפן רושם פון די געוואלדיגע כנסיה לשם שמים, די גרויסארטיגע מעמד קהלא קדישא וואס האט צונויפגעברענגט לפונדק אחד די טויזענטער חברי הקהילה דקהל יטב לב ד'סאטמאר, אוועקצושטעלן א פעלזן פעסטע יסוד פאר די קהילה קדושה, אפצייכענענדיג גאנצע פופציג יאר זינט די גרינדונג פון די הייליגע קהילה דורכ'ן ראש גולת אריאל הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


אין די טעג איידער די גרויסארטיגע כינוס, האט יעדער איינציגער אינגערמאן מחברי הקהילה באקומען א פערזענליכע טעלעפאן רוף מטעם הנהלת הקהילה, א פערזענליכע איינלאדענונג צום גרויסן מעמד יובל החמשים, ווען צום הויפט ציהל האט מען זיך צוזאמגענומען צו מחזק זיין די הייליגע קהילה, געבן די זכיה פאר די אינגעלייט און בעלי בתים מיט א זכות שותפות אין די קהילה'ס קאסע און אלע אירע באדערפענישן, ועל כולם זיך צו דערווארעמען און הערן ווארעמע דרשות איבער די געוואלדיגע בליה און וואוקס פון די עיר הצדק קרית יואל און די קהילה קדושה קהל יטב לב.


די גאנצע היכל בית המדרש הגדול מיט אלע אפטיילונגען איז געווארן צוגערישט אויף א פראכטפולע פארנעם, טויזענטער זיץ פלעצער ארינגס און ארום, און צו דעם אלעם האט מען געמוזט צולייגן פרישע בענקלעך אין אלע ווינקלעך בשעת די מעמד צוליב די אומאויפהערליכע פלייץ פון משתתפים לאלפים.


לאנגע שעה'ן פון תענוג רוחני האט באגלייט די געהויבענע נאכט, ווען עס האבן אויפגעטרעטן א רייע בעלי דרשנים אויף פארשידענע הינזיכטן, אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' איתמר מייזליש שליט"א ר''מ בישיבת סאטמאר וויליאמסבורג ומהנהלת התאחדות אברכים אין קרית יואל, וואו ער האט ארומגערעדט איבער די פילצאליגע פעולות כבירות פון התאחדות אברכים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים ויושב ראש בית הוראה קרית יואל וואו ער האט ארומגערעדט איבער נאך פילע ווייטערדיגע פלענער אינערהאלב די בית הוראה לרומם כח הקדושה אין שטאט.


די דבר המעמד איז געהערט געווארן פון הגה"צ אבד"ק ור"ם סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א איבער די באדייט פון א הייליגע סאטמארע שטאט ארומרעדנדיג א לענגערע צייט דברי הדרכה והשקפה ויסודות הדת, הרב החסיד ר' אברהם יהושע גלאנץ מראשי הקהילה האט אנטפלעקט פארן ציבור די גענוי פלענער פון דער הרחבת גבולי הקודשה פונעם ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, וואס וועט פארגרעסערט ווערן אויף אריבער טאפעלט ווי ביז איצט, מיט פלאץ פאר נאנט צו "פופצן טויזנט" זיץ פלעצער אויף שבתים וימים טובים, דער ראש הקהל הרב החסיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהל יטב לב האט גערעט איבער די פילע פעולות נשגבות פון קהל יטב לב, ועל צבאם די פייערדיגע דברות קודש מפום ממלל רברבן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דעם דבר השם ברמה, און ארויסגעברענגט די גודל הענין פון זיין א חבר אין די צענטראלע קאסע פון קהל, וואס ווערט פאררעכנט ווי א נדבה פון ריין גאלד פאר די מנורה אין בית המקדש.


מיט א פלאם פייער האט דער רבי ארומגערעדט בשבחו פון די הייליגע שטאט קרית יואל, און איר ריינע אויסזען, א לענגערע שמועס איבער די מלחמה כבידה קעגן די גזירת החינוך וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל דרי ניו יארק רבתי, בפרט איבער די חורבנות וואס אזעלכע ארגעניזאציע'ס מאכן אן מיט'ן זיך צושטעלן צו די רעגירונג, און א לענגערע צייט איבער די יקרות פון דירות אין קרית יואל, און איבער גרויסארטיגע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה צו פארברייטערן דעם הייליגן שטאט קרית יואל.


אויך איז פארגעקומען א רייכע פאנעל מיט עטליכע חשובע עסקנים ואישי ציבור אינערהאלב די הייליגע שטאט קרית יואל, ווען אלס שואל דינט הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש, מען האט געהערט באריכטן פון הרב יואל וויינבערגער מנהל מפעל קביעת עתים לתורה, הרב בערל מרגליות יושב ראש וועד הרחבת הגבולים, הרב איתמר מייזליש מנהל התאחדות אברכים, און הרב יעקב אלי' רייזמאן איבער די פלענער פון חתונה תקנות והמסתעף.


אויך האט מען געהערט א באריכט מהנעשה והנשמע אינערהאלב די ברייט פארצווייגטע בית הוראה אין קרית יואל, די וועד העירובין די וועד הסת"ם, דורך הרב וואלף אהרן טעללער מנהל פון די בית הוראה. עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט ווען די ציבור האלפים איז זיך צוגאנגען מלא חיזוק והתעלות.





































Comments


bottom of page