top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע חתונה אין הויפן פון וויזניץ און טשערנאביל געפראוועט אין קרית מלך רב - קרית וויזניץ

פרייטאג פ' כי תבוא • י"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שפ"ה - JDN

 

מיט געהויבענע הרגשים האבן טויזנטער חסידי וויזניץ און טשערנאביל מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת החתונה בבית צדיקים, וואס איז געפראוועט געווארן בקול שמחה וצהלה ובהמון חוגג במקהלות אלפי ישראל בהיכל בית המדרש הגדול אין קרית וויזניץ אין בני ברק, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה א חתן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יצחק ישעי' האגער, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים זצ"ל מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' אהרן טווערסקי שליט"א אב"ד טשערנאביל ירושלים, איידעם ביי הרה"צ ר' מרדכי טווערסקי זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר בעל 'אמרות טהורות' מראחמיסטריווקא זצ"ל.


אין די פריע נאכמיטאג שעות זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד, ביי וועלכן די קאפעליע האט געזינגען א רייע ווארימע ניגונים מאוצר הטוב לבית וויזניץ, און מען האט געהערט הארציגע דברי כיבושין לעורר הלבבות, בראש המסובים האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס מצד הכלה האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי און זוועהיל וועלכע האבן מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה מרישא ועד גמירא,  צום באשטימטן צייט איז מען ארויס צום באדעקן אינעם אינטערשטן שטאק און דערנאך צו די חופה ברחובה של עיר.


מצד החתן האט אונטערגעפירט די זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כנהוג אין טשערנאביל איז די טשערנאבילער רבי נאכגעגאנגען די הקפות ארום די חתן, און די וויזניצער רבי האט לכבודו פונעם גרויסן שוואגער אויך אפגעראכטן די הקפות. מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער זיידע מרן אדמו"ר מויזניץ, קריאת הכתובה דער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט"א, ברכות ראשונות די זיידע פון כלה כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און ברכה אחריתא דער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי, נאכן חופה האט די די טשערנאבילער רבי אנגעוונטשן מברכות קדשו פארן ציבור, און דערנאך האט די וויזניצער רבי משמיע געווען ברכת קדשו לכל העם הנאספים און מען האט זיך דאן ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים.


נאכן מעמד החופה איז געוועהן א געלעגנהייט פאר די טויזנטער חסידים דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב, וויזניצער חסידים זענען דורך ביי רבם ומאורם מרן אדמו"ר מוויזניץ אינעם בנין בית וויזניץ, און טשערנאבילער חסידים האבן זיך פארזאמלט אינעם היכל הטישן אין קרית וויזניץ ווי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א איז אריינגעקומען צו א מסיבת לחיים וואו די בחורי החסידות האבן צום ערשט איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פון טויזנטער שעות רצופות, דער רבי האט דערנאך געליינט די כוללות קוויטל און מאציל געווען מברכות קדשו לרוב, דאן זענען די חסידים דורך אל מול פני הקודש וואונטשן מזל טוב.


בשעה אכט דרייסיג איז די וויזניצער רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, אינאיינעם מיט די חתן לקול תרועת השמחה ווען דער גאנצער ציבור ארום הייבט זיך בריקודין של שמחה בעוז ותעצומות, דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, אום ניין דרייסיג האט מען מקבל געווען דעם זיידן די טשערנאבילער רבי וואו מען האט זיך דערביי ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב, דערנאך האט זיך די טשערנאבילער רבי געוואשן צום סעודה און ווייטער מעודד געווען די ריקודין מיט גרויס שמחה, בשעת די סעודה האבן די אדמורי"ם שליט"א געוונטשן לחיים לכל הקהל הקודש.


נאכן בענטשן האט מען צוגעטראטן צום געהויבענעם מעמד המצווה טאנץ, צום ערשט האט בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד אויפגערופן מיט דברי חרוזין צו די ריקודין די זיידע כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, זייענדיג מעורר זכות אבות כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל וועלעכע איז עומד משני הצדדים ביי די שמחה, דערנאך האט די בדחן האט אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכע איז געטאנצן מצוה טאנץ ברגשי אש קודש, אנגעכאפט אין בנו חביבו די אבי החתן, נאכן מצוה טאנץ האט דער וויזניצער רבי געטאנצן א באזונדערע ריקוד מיט די שוואגער די ראש ישיבה, מיט בנו די מחותן און די אנדערע זיידעס און מחותנים, דערנאך איז די רבי געטאנצן אין א רינג מיט די בני משפחת המלוכה אויף די ניגון לא ימושו מפיך.



















Comments


bottom of page