top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

"מעמד חלוקת החגים" דורך כולל שומרי החומות דורכגעפירט מיט התרגשות דקדושה בראשות האד' ממשכנות הרועים

דינסטאג וזאת הברכה ב' • י"ג תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימאן

 

א מעמד נרגש ״מעמד חלוקת החגים״ איז פארגעקומען פארגאנגענעם וואך דורך די בארימטער "כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס" אין ירושלים, ווען מ׳האט דורכגעפירט, די סאמע גרעסטע יום טוב חלוקה אין ארץ ישראל, וואס האט אויפגעלויכטן און אויפגעראכטן העכער 50,000 נפשות פון עניים אין ארצינו הקדושה!


היי-יאר צום חג הסוכות תשפ״ה, האט די הנהלת הכולל געלאדענט איינעם פון די חשוב'סטע עלטערע רבנים בירושלים של מעלה, כ"ק האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, צו זיין דער שליח הנאמן פון די טויזנטער תומכים פון איבער דער גארער וועלט, דורכצופירן די פאנטאסטישע "תשרי חלוקה“ במעמד עם, ביי א מאורע מיוחדת, בהשתתפות פון די אלע חברי הנהלה וראשי ורבני כולל שומרי החומות.


דער מעמד איז פארגעקומען אין די בארימטע אונגארישע הייזער אין מאה שערים, אינעם ״היכל הישיבה לצעירים״ פון כולל שומרי החומות, ווי נאר דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד האבן  די חברי הנהלת הכולל אריינגעברענגט די ״חשבונות ביכער״ מיט אלע גענויע ציפערן פון דער חלוקה, וואו דער רבי האט ארויסגעוויזן זיין התפעלות צו זען אזא הפלא׳דיגן באגריף פון צדקה; די רבי שליט"א האט מיט גרויס התרגשות ארויסגעברענגט דעם מורא׳דיגן כח פון צדקה און חסד עם עניים, וואס עיניו הרואות דעם גודל העניות, ממש מ׳האט נישט פון וואו צו לעבן, און יעצט גייט מען זיי געבן געלט אין די הענט אריין צו קענען קויפן אויף יו״ט, ושמחת בחגך. דער רבי שליט"א האט ארויסגעהויבן וואס דאס מיינט אז מ׳קען פארזעצן די שליחותי׳ דקדמאי, די גרעסטע גאוני וקדושי ישראל האבן אנגעפירט די הייליגע צדקה עד מסירת נפש, און מיר זענען ממשיך בדרכיהם.


דער מגשיח הכוללים הרה״ג רבי יושע גראסבערגער שליט״א, האט געגעבן א רעפארט איבער דעם אומגעהויערן פארנעם פון די חלוקה האדירה, און ארויסגעברענגט דעם עוצם הזכות פון די חשוב׳ע משלחים, די נדיבים ותומכים, די גבאי קודש פון אמעריקא און איבער דער גארער וועלט וועלכע האבן ערמעגליכט די חלוקה. 


באלד דערנאך האט דער רבי שליט״א פאקטיש דורכגעפירט די חלוקה הגדולה וואס האט באטראפן די פאנטאסטישע סומע פון העכער 10 מיליאן שקלים! וואס איז אויטאמאטיש ארויס פונעם כולל׳ס אקאונט און איז אריבערגעפירט געווארן צו די באנק-קאנטעס פון די טויזענטער משפחות אויף יום טוב.












Kommentare


bottom of page