מונטאג פ' ויקהל • כ"ד אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט צופרי מיטן אנקום פון די בשורה קשה איבער די פטירה פון כ"ק גאב"ד סיגעיט זצ"ל האט זיך כ"ק האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א געשטעלט דאווענען שחרית אין באלד נאכן דאווענען ארויסגעפארן קיין ניו יארק, אין באגלייטונג פון בנו בכורו הגה"צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא ראש הישיבה, מיטאג צייט האט די רבי געלאנדעט אין די קענעדי לופטפעלד וואו עטליכע עסקנים אין שתדלנים האבן אפגעווארט דעם רבי'ן אין זעכער געמאכט אז די רבי זאל ווי אמשנעלסטן קענען אנקומען צום לוי'.
פונעם לופטפעלד האט זיך די רבי געהויבן מיט א העליקאפטער אויפן וועג קיין ניו דזשערזי צו קענען אנקומען באצייטנס צום קבורה, אין די יעצטיגער מינוטן האט די רבי געלאנדעט אויפן שטח הבית החיים אין ניו דזשערזי וואו די רבי שליט"א וועט משמיע זיין דברי הספד איידער די קבורה אויפן סאטמארע חלקה.
Comentarios