דינסטאג פ' וישלח • ט' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: דוד ארזני
פילע גדולי התורה וחסידות אדמור"ים ורבנים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן די וואך מנחם אבל געוועהן ביי הגאון רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף, נאך די פטירה פון זיין ברודער הרב דוד שלום צדקה זצ"ל רב הראשי פונעם שטאט פרדס חנה. צווישן די מנחמים האבן זיך אנגעזעהן דורכאויס די ימי השבעה: כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, הגאון רבי יהושע דוד טורטשין מניג קהילת הפרושים, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון ירושלים, המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ריש חבורת נחלת יעקב, הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י, הגה"צ רבי בנימין פינקל משגיח ישיבת מיר, דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף, הגאון רבי שלמה משה עמאר די הויפט רב פון ירושלים און נאך פיל.
Comments