זונטאג וירא • ט' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: שוקי לרר
פארלאפאנעם ליל שישי האט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א אפגעראכטן די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון די רועי החסידות הרה"ק רבי נתן דוד משידלאווצא זי"ע, און הרה"ק רבי ירחמיאל צבי משעדליץ זי"ע, אין ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים.
נאכן תורה האט דער רבי דערמאנט די חתונה היינט פון א אייניקל פון אביו כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל, די כלה א טאכטער פון בנו חביבו הגה"צ רבי אברהם משה ראבינאוויטש רב חסידי ביאלא אין מעלה עמוס זייענדיג די ערשטע חתונה אינעם משפחת המלוכה נאך די הסתלקות שטייענדיג נאך בשנת האבל להסתלקותו לשמי מרום, דער רבי האט דערביי געלאדענט כל הקהל הקודש צו די חתונה וואס קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול ביאלא און ארומגערעט פון די השפעות טובות וואס א צדיק ברענגט מיט זיך פונעם עולם העליון צו די שמחה.
Comments