מאנטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אנגעהויבן פון היינט אויפדערנאכט אור ליום ג' תמוז וועלן צענדליגע טויזענטער חסידי ליבאוויטש בפרט און פילע אידן בכלל פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם פועל ישועות כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצוק"ל אפצייכנענדיג דעם דרייסיג'סיגסטער יארצייט פון די הסתלקות פונעם רבין זצ"ל.
שטייענדיג הארט בעפאר דעם גרויסן יארצייט ווערט געמאלדן מטעם די וועד העסקנים פון ציון הק' אז דאס פלאץ איז שוין פולקאם אויסגערישט און גרייט אויפצונעמען די טויזענטער מתפללים וואס וועלן קומען להפקד בדבר ישועה ורחמים, דער ציון וועט זיין אפן פיר און צוואנציג שעה רונדע דעם זייגער דורכאויס דעם יומא דהילולא, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט א ווארימע מקוה אויפן פלאץ און א קאווע שטיבל מיט דערפרישנדע געטראנקען זיך צו דערכאפן דאס הארץ. אויך וועלן פארקומען פילע מנינים דורכאויס דעם טאג לתועלת די חשובע פוקדים.
ביי די שורות וואס וועלן זיך שלענגלען ביזן ציון, וועלן שטיין סדרנים וואס וועלן קאנטראלירן דעם מאסן שטראם פון באטייליגטע, אז יעדער זאל קענען האבן זיין רייע צוצוגיין צום ציון המצוינת, אזוי אויך איז דעזיגנירט געווארן באזונדערע שורות פאר מענער און פאר פרויען כדי עס זאל נישט צוקומען צו קיין תערובות. אזוי ווי עס איז ערווארטעט א ריזן ציבור לענגאויס דעם גאנצן שטח, וועלן זיין אנוועזנד פילע סדרנים אויפן פלאץ זיכער צו מאכן אז אלעס פאלט אויפן ריכטיגן פלאץ, און מיט א ווענדונג צום ברייטן ציבור אפעלירן די עסקנים אז מען זאל זען אויסצופאלגן אלע אנווייזונגען פון די סדרנים, והכל על מקומו יבא בשלום.
עס וועלן זיין צוגעשטעלט א פלאטע פון באסעס אין די פאלגנדע געגנטער לענגאויס ניו יארק און ניו דזשערזי: אין קראון הייטס וועט זיין צוגעשטעלט באסעס פון זונטאג ביז מיטוואך דורכאויס פיר און צוואנציג שעה רונדע דעם זייגער, פאר די מינאמאלע אפצאל פון זיבן דאלער אהין און צוריק. אין בארא פארק וועלן זיין באסעס אום מאנטאג אכט אזייגער אויפדערנאכט און דינסטאג אום ניין דרייסיג אינדערפרי, אום איינס דרייסיג און אום זעקס אזייגער נאכמיטאג ביי די פאלגנדע באס סטאפס, דרייצן עוו. ביי די פופציג'סטע גאס, זיבעצנטע עוו. ביי די פופציג'סטע גאס און ניינצנ'סטע עוו. ביי די זעכציג'סטער גאס, פאר בלויז זיבן דאלער ביידע וועגן.
אין לעיקוואד, וועלן די באסעס פירן דעם ציבור אום אכט פערציג אויפדערנאכט ביי די ערשטע סטאפ ביי קרית צאנז קארנער העווענס, און ניין אזייגער ביי די צווייטע סטאפ אויף סקווענקאם און קענעדי אזוי אויך וועט זיין נאך א באס דינסטאג אום פינף פערציג נאכמיטאג אויף די אויבנדערמאנטע פלעצער פאר די אפצאל פון פינף און צוואנציג דאללער. אין פלעטבוש וועלן די באסעס אפווארטן דעם עולם דינסטאג אום עלפע צופרי און אום זעקסע נאכמיטאג אויף די פאלגענדע צוויי סטאפס: אויף מעיין ישראל AVE. N 3315 און ביי עוו. M און איסט 18 אויף די קארנער פאר בלויז 7 דאלער א ראונד טריפ.
פאר די וואס וועלן זיך נישט קענען משתתף זיין בגוף וועט קענען שיקן א קוויטל צום פאלגענדע אימעיל אדרעסס: Ohel@ohelchabad.com אדער פעקסן צו 1-718-723-4444 אזוי אויך קען מען רופן אויף 1-718-723-4545.
Comments