top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מקהלות רבבות חסידי סאטמאר אפגעצייכנט 80'טע יום הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי ריזן "וואטערפראנט" סקווער

זונטאג פ' מקץ • כ"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, שאט די דאט, הלל ל"ש, י. שטיין

 

בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכנט געווארן דעם אכציגסטער יום הצלה והשחרור פון הרה''ק מסאטמאר זי"ע ביים מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה כ"א כסלו, מיט'ן דינער 'גדלו והצליחו' לטובת די מוסדות הק' אין וויליאמסבורג מיט אירע טויזנטער קינדער בליעה''ר, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, אין שפיץ פון צענדליגער רבנים ודיינים ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א, וועלעכע האבן איבערגעפילט דעם גיגאנטישן ריזן 60 טויזנט סקווער פיס שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן וואטער פראנט סקווער אין וויליאמסבורג.


דער שאטער איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום, אהערגעשטעלט דורך די מייסטער-פלאנירער הרב ארי' פרענקל הי"ו פון די בארימטע "AF פראדאקשאן" פירמע.


לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מוסדות הקדושים אין וויליאמסבורג. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די עלפטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פונעם רבי'ן שליט"א מיט גדולי ישראל פון שנת תשע"ח. ווי אויך איז פארטיילט געווארן פאר די רבבות המשתתפים די ניי ערשינענע זמירות "לב אהרן למוצאי שבת" מיט'ן סדר זמירות לחנוכה.


דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער וועלט בארימטער חסיד'ישער בעל מנגן נפלא ר' יעקב דאסקאל פון ארה"ק, און ווי אויך הערליכע פרקי חזנות דורכ'ן חזן הפלא ר' רפאל מאיר האלפערט, באגלייט דורך די פילהארמאנישע "שירה" קאפעליע, אנגעפירט דורכ'ן בארימטן מנצח על כלי השיר ר' מענדי הערשקאוויטש.


אלס יושב ראש פונעם גרויסן מעמד האט אויפגעטראטן דער פה מפיק מרגליות, הר"ר יואל דאסקאל מנהל רוחני ישיבת חלקת יהושע ביאלא בארה"ק, און מראשי החבורות דתלמידי ישיבת סאטמאר בני ברק, וועלכער האט בטוב טעם ודעת וחן הוצק בשפתותיו געהאלטן געשפאנט דעם ציבור האלפים במקהלות עם קודש.


אנהייב פונעם אווענט האט הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און בפרט יעצט ביים מעמד ההודאה.


באזונדער איז אויסגעדרוקט געווארן א הארציגע דאנק פאר הנגידים החשובים, ר' יעקב קאפל ובנו ר' יצחק ראזענטאהל, וואס זענען פון די גרעסטע נדיבים פאר די מוסדות הק', מיט די נדבה צו פארקירן די פלאטע פון העכער "פופציג באסעס" וועלכע פירן טעגליך די טויזנטער צאן קדשים אין חדר אריין, און יעצט צום דינער געבן זיי אוועק שוין צום פערטן יאר אט דעם ריזן שטח פונעם "מקום ההודאה" על שפת הים, שלא על מנת לקבל פרס.


אמירת קדיש דרבנן במקהלות רבבות איז געזאגט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יודא פאלקאוויטש מגדולי תומכי המוסדות לע"נ אמו ע"ה, אשת יבלחט"א הרבני החסיד ר' אלטר פאלקאוויטש הי"ו מנכבדי חסידי סאטמאר.


דאן האט מען געהאט דעם כבוד צו הערן די דרשה לכבוד היום פונעם פרי צדיק עץ חיים, העומד לנס הקהלה ומוסדות הקדושים, הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א, בנו הגדול פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם חיוב ההודאה וואס יעדער סאטמארע חסיד דארף אפגעבן אין דעם טאג, און טרעפליך ארויסגעהויבן די פירות פון די הצלה, און דער חוב צו תומך זיין די הייליגע מוסדות, כלילת יופי משוש לכל הארץ.


אן עלעקטרישן שטראם האט ארומגענומען דעם גאנצן זאל, ווען די כלי זמר האבן אנגעהויבן בקול תרועת זמר ונגן דעם באקאנטן געזאנג "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו", וואס האט אנגעזאגט אז דער רבי שליט"א ערשיינט אין זאל. ספאנטאן האט דער גאנצער ציבור זיך געהויבן פון די פלעצער, און ענטוזיאסטיש אריין אין א געהויבענעם טאנץ וואס האט אריינגעצויגן די מאסן אין העכערע ספערן פון שמחה והודאה צו דאנקן דעם בורא כל עולמים על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטין אויף די ניגוני הודאה 'חסדי ה', בך בטחו והיא שעמדה און נאך.


במשך די מעמד האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכער האט ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי הקהילה וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, ר' מרדכי אלעזר הי"ו האט אויך אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסנדיג דער מעיאר עריק עדעמס יר"ה, וועלכע איז געקומען און באגלייטונג פון העסקן ר' נפתלי משה אינדיג הי''ו, און זיך באדאנקט אויף זיין הילף אין עתיד פאר די ריינע חינוך אין ניו יארק, דערנאך איז דער מעיאר צוגעגאנגען אפנעמען ברכת קדשו פון רבין שליט"א.


היסטארישע אויפטריטן איז דאן געהערט געווארן דורך די צוויי "אורחי הכבוד", די צוויי מצילים פון די מוסדות הקדושים דורכאויס די לעצטע יארן, דער בארימטער שתדלן מגזע היחס, הרה"ג ר' אהרן דוד טווערסקי שליט"א מגזע צאנז, הארנסטייפל, חב"ד, האניפאלי, טשערקאס, טשערנאביל, דער זקן ונשיא פנים נאנטער פלומעניק פונעם בעל הנס הרה"ק מסאטמאר זי"ע בזיוו"ר, ביי וועם דער רבי זי"ע האט באשיינט אלס ראש המשפחה ביי זיין שמחת האירוסין, וועלכער שטייט על משמרתו אלס לאנגיעריגער מליץ טוב לטובת של ישראל, ובפרט לימין המוסדות הק'.


ומשנהו בדומה לו, האט מען געהערט די אויפטריט דורכ'ן לעגענדארן מציל ומושיע, שר וגדול, הרב משה סילק שליט"א, געוועזענער געהילף סעקרעטאר ביי די פעדעראלע טרעזשורי דעפארטמענט אין וואשינגטאן, אן אייניקל פון צדיקי בית סיגוט און צאנז, א געערטער פערזענליכקייט אין די לעגאלע וועלט, און איינציגער איד אין די ערשטע 'טראמפ אדמינסטראציע', וואס האט דראמאטיש געשילדערט זיינע יארן עקספיריענס אינערהאלב די רעטונג פון די הייליגע מוסדות.


אין אן איבערראשנדע מאמענט האט מען געהערט די הארציגע דרשה דורכ'ן טפסר הגדול בונה ומקים עולמות של תורה, דער מסירת נפש'דיגער סאטמארער גענעראל וואס שטייט לימין קדשו פונעם רבי'ן שליט"א לכל קדשי בית סאטמאר איבער די וועלט, ובפרט פאר די מוסדות הק' אין וויליאמסבורג, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, וועלכער האט מעמקי לבבו ארויסגעברענגט די רגשי הודאה נאכ'ן מיטלעבן די הימלישע חסדים ווען די מוסדות איז ב"ה איבערגעקומען אלע שוועריקייטן, בכוחו וזכותו פונעם רבי'ן זי"ע דער בעל הנס.


צום הויכפונקט האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א דער רבי האט אנגעהויבן בשבח המוסדות, משמיע געווען דברי תורה במשנתו פונעם בעל הנס און ממשיך געווען בשבח פון חבורת "תורתך שעשועי", וועלכע גייט אט אט מסיים זיין "גאנץ ש"ס" און אפעלירט ביים גאנצן ציבור, אז יעדער זאל זיך מיטכאפן מיט די 'לעצטע מסכת', און ברוב עם הדרת מלך אנהייבן די ערשטע 'מסכת ברכות', און צוגלייך מחזק ומעודד געווען די חסידים אין אלע אנדערע הערליכע חבורות בקרב הקהלה.


דער רבי שליט"א האט מבשר טוב געווען איבער די נייע "מלבושי צניעות" רעוואלוציע וואס מ'האט ב"ה מצליח געווען צו מסדר זיין פאר די "בית רחל" תלמידות אין קרית יואל, וואס די רעזולטאטן דערפון איז עד אין לשער, און צום קומענדיגן לערן יאר פון בית רחל תשפ"ו וועט מען עס אויך מסדר זיין פאר די בית רחל תלמידות אין וויליאמסבורג.


באש קודש האט דער רבי איבעגע'חזר'ט די מלחמה לה' בעמלק קעגן די קליפת הציונות, און אויסגערופן מנהמת לבו הטהור אז מיר דארפן אלעמאל געדענקען און חזר'ן אז ציונות איז "אבי אבות הטומאה", און מ'דארף זיך מחזק זיין צו לערנען און פילעווען אין די הייליגע ספרים פונעם פעטער זי"ע וואס איז קילוירין לעינים זיך צו קענען האלטן מיט די לויטערע אמונה, און נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די טומאת הציונות און די איסורים חמורים מאוד פון העברה על ג' שבועות. באזונדער האט דער רבי ארומגעקאכט איבער'ן הייליגן פליכט צו מחזק זיין די מוסדות הק' על טהרת הקודש, און אז מיר וועלן טאן אלעס אין דער וועלט צו מחזק זיין די מוסדות הק' אשר לא כרעו לבעל, און שטיין צוהילף פאר די מוסדות הק' על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, וואס נעמען נישט אפילו איין פרוטה פון שולחן איזבל.


מיט גרויס ווייטאג האט דער רבי דערמאנט די ביטערע "גזירת הגיוס" וואס לויערט אויפ'ן גאנצן עולם התורה אין ארץ ישראל, און שארף מתריע געווען קעגן אזעלכע מזרע ישראל וואס ווילן ליידער מאכן פשרות אויפ'ן חשבון פון בחורי ישראל, רח"ל מפקיר זיין ביז אזויפיל ווי "פופציג פראצענט", היל"ת, מיר זענען נישט מפקיר אפילו איין נפש מישראל, און אלע קהילות קדושות, בראשות די צדיקי וגדולי הדור, וועלן לוחם זיין דערקעגן בכל תוקף ועוז.


דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם מצב אינעם קאמף למען חינוך הטהור אין ניו יארק, וואס כלל ישראל איז אנטשלאסן צו שטיין על המשמר און מ'וועט זיך נישט רירן קיין כי הוא זה נישט פונעם חינוך הטהור און ח"ו נאכגעבן פאר די רעגירונג, נאר ווייטער ממשיך זיין דעם ערליכן חינוך ווי ביז היינט, און דער אויבערשטער וועט העלפן ולא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.


דער רבי האט ברייט אויסגעשמועסט דעם פראבלעם פון "פסול'ע מזוזות" וואס דרייט זיך אין די סוחר'ישע וועלט פון סת"ם, זיך באציענדיג צו די לעצטערע שערורי' ווי אזוי מ'זאל שרייבן סת"ם, טייל זאגן מיט א 'נוצה', טייל מיט א 'שטיין', איך וועל נישט דא אריינגיין אין דעם, אבער ליידער ווערן פארקויפט מזוזות וואס איז בכלל נישט געשריבן געווארן! נאר רח"ל געדרוקט געווארן! און דער מכשול איז איום ונורא! מ'דארף דערויף מרעיש עולמות זיין, און יעדער דארף וויסן קלאר, אז מ'טאר נישט קויפן נאר ביי א סופר וועם מ'קען, און מ'ווייסט אז ער האט עס געשריבן, ער איז א מומחה און ירא שמים און האט קבלה.


דער רבי האט דערביי מעורר געווען דעם ציבור, אז היות מ'טרעפט אזויפיל פסול'ע מזוזות, זאל מען זיך נישט שעמען, מ'זאל אראפנעמען די מזוזות וואס מ'האט שוין אויף די טירן, און מ'זאל עס געבן בודק זיין, און מ'וועט טרעפן דאס מ'וויל נישט טרעפן, און מ'זאל איינקויפן נייע כשר'ע מזוזות פון די ערליכע סופרים דירעקט, און דערמיט פארמיטן ווערן מכל מכשול.


אין א ספעציעלע ווענדונג צום ציבור תושבי וויליאמסבורג און בארא פארק, האט דער רבי אדרעסירט די גרויסע דורכברוך און תקנה אין קרית יואל, וואס דער רבי האט איינגעשטעלט בנוגע די דירות פרייזן, אז א דירה אין קרית יואל טאר מען נישט בעטן מער ווי "דריי הונדערט" דאלאר א סקווער פיס, און אין קרית יואל המורחבת "צוויי הונדערט און פופציג" דאלאר א סקווער פיס, די מוכרים מאכן מיט די פרייזן גענוג און נאך געלט, זיי זאלן קיינעם נישט איינרעדן אז זיי קענען נישט מיט די פרייזן מאכן געלט, און דאס דארפן גוט וויסן די תושבי ברוקלין, וואס קומענדיג קיין קרית יואל, וואס די דארטיגע שוין גאר-הויכע פרייזן, איז כלפי ברוקלין ביליג, זאל מען אבער נישט מאכן א טעות, און נישט קויפן פאר העכער 300 אין קרית יואל, און העכער 250 אין די קרית יואל המורחבת.


אינעם עמוד התורה האט דער רבי מעורר געווען אז ס'קומען יעצט צוויי פרישע חגאות טעג, ווען א גרויסער ציבור איז פריי פון ארבעט, זאל מען זיך צאמקומען אין די בתי מדרשות טאטעס מיט קינדער, און אפילו זיידעס, טאטעס און קינדער, און אפרעכטן דעם טאג מיט לימוד התורה.


בסיום דבריו האט דער רבי מעורר געווען זיך צו גרייטן צום יו"ט חנוכה מיט'ן לימוד בספה"ק קדושת לוי, און מאכן די ריכטיגע הכנה בדברות קדשו מלהבות אש פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער זי"ע וואס פלאמט אויף נשמות ישראל.


נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, און געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים. אויפ'ן וועג ארויס האט זיך די רבי באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד, און פון דארט איז די רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.


נאך ברכת המזון האט מען ממשיך געווען מיט די ריקודי קודש בזמירות שירות ותשבחות, און א ריזן פלאטע פון צענדליגער באסעס האט אהיימגעפירט דעם גאנצן פארזאמעלטן ציבור, אנגעשעפט מיט באגאזשן פון חיזוק און התעלות, פון די הייליגע שעות של התרוממות וואס מ'האט מיטגעלעבט במקהלות רבבות אלפי ישראל, און די יסודות'דיגע הדרכות לחיזוק הדת.
























































































































































































Comments


bottom of page