top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסיווע בוי פראיעקט ביים נייעם מתיבתא פעסטונג ד'באבוב-45 געלאזט אין גאנג‎

מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


מיט גרויס שמחה און התרגשות האבן חסידי באבוב-45 אלוועלטליך אויפגענימען די בשורה טובה ומשמחת אז אין די יצעטיגער טעג האט מען אין א מזל'דיגע שעה געלאזט אין גאנג די מלאכת הבנייה ביים נייעם גיגאנטישן בנין המתיבתא דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק.


מיט גענוי א יאהר צוריק האט די הנהלת המוסדות געשלאסן א מולטי מיליאן דאללער'דיגע מקח אויף א ריזן שטח ביים ווינקל פון די 37'סטע גאס ביי די 15'טע עוועניו וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די מתיבתא פעסטונג, נאכדעם וואס די יעצטיגע בנין המתיבתא איז שוין לאנג אויסגעוואקסן איר געברויך. די נייע בנין ווערט אויפגעבויט מיט פרעכטיגע גיגאנטישקייט אין גרויסקייט פון 12,000 סקווער פיס, לויט די פלענער וועט די בנין אנטהאלטן א היכל ביהמ"ד, חדר האוכל, דארמאטארי, שיעור צימערן, אוצר הספרים, און אלע באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס פאר די יושבי אהל.










Comments


bottom of page