דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
די היי יעריגע ל"ג בעומר איז ביי צאנזער חסידים אפגעראכטן געווארן אויף גאר א געהויבענע שטייגער, אנגעהויבן מיטן מעמד ההדלקה רבתי און דערנאך די עריכת שולחן הטהור וואס איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות והתעלות ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס האט מדליק געוועהן דער שלהבת אש און אויפגעהויבן דעם ציבור אין העכערע ספערן.
די מעמד ההדלקה איז דאס יאהר צום ערשטן מאל אפגעראכטן געווארן אינעווייניג אינעם גרויסן זאל 'היכל ראזנבערג' במקהלות טויזנטער חסידים פון אלע שטעט, די בארימטע אזמרה קאפעליע אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' יעקב דאסקאל האבן מהנה געווען בשירה וזמרה, בעת די מעמדים ל"ג בעומר בצל הקודש. א ספעציעלע מתחם איז דעזיגנירט געווארן פאר די בית יעקב אלו הנשים צו קענען מיטהאלטן די מעמדי קודש, אויך דארט האט די פאליציי באוויזן צו צושטערן די מעמד מיט כל מיני זינלאזע טענות שונות ומשונות.
נאכן זינגען ניגוני התעוררות ברוב רגש, האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש בגודל מעלת היום, דאן איז די רבי ארויף אויפן ספעציעלע בימה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ביים מערכת ההדלקה, און געגאסן שמן פון די קריגלעך וואס איז איבערגעגעבן געווארן דורך די חשובע נדיבים בעם. דער זכות ההדלקה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד רבי מענדיל רייך הי"ו פארן סכום עצום פון 50,000 שקל.
א פלאם פייער האט ארומגענימען די זאל ביים זמר 'בר יוחאי' בשעתן זינגען די ווערטער 'בר יוחאי נאזרת בגבורה' מיטן אויספיר 'וחרב הוצאת מתערה שלפת נגד צורריך' ווען די רבי שליט"א איז געטאנצן אין די לופטן למעלה מכוחותיו זייענדיג מעורר רחמים אין די שווערע זמנים וואס אידן אין ארץ ישראל מאכן מיט, וואס האט ווי עלעקטרעזירט דעם ציבור האלפים.
נאך די מעמד ההדלקה האט די רבי אפגעשוירן די ילדי החאלאקע, און דאן ארויס אויף א הפסקה בשעת די ציבור האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא ביד רחבה לכבוד התנא האלוקי, נאך א קורצע צייט איז די רבי איז ערשינען צום דעם שולחן הטהור בשירות ותשבחות לקל חי, און משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת התנא רשב"י, נאכן בענטשן זענען דורך ביים רבי'ן שליט"א די אריבער טויזנט חסידים נבחני מפעל הדף 'משתמרת' דחסידי צאנז וועלכער האבן באקומען א מתנת קודש א זיידענע גארטל, אריינגענייט דערין עטליכע פעדימער פון א בעקישטע פון הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי"ע.
Comments