top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפת הרבנים אוועקצושטעלן די "פיקוח ספרי תורה דקהילות הקודש" און ליכט פון די לעצטיגע מכשולות

מיטוואך פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין אן אויפוואכונג בשדה הסת"ם איז פארגאנגענע וואך אפגעהאלטן געווארן אן אסיפת רבנים אין ליכט פון די לעצטיגע פראבלעמען בנוגע דאס כשרות פון אסאך ספרי תורות וואס ווערן באנוצט אין פילע היימישע בתי מדרשים, צוליב פארשידענע פאקטארן וועלכע לייגן אונטער פראגע צייכן דאס כשרות דערפון.


פון די הויפט פראבלעמען זענען וויבאלד אסאך ספרי תורה גייען נישט אדורך געהעריג קיין בדיקת גברא און מ'פארלאזט זיך אויפ'ן בדיקת קאמפיוטער וואס איז נישט אלעמאל קראנט. אויך איז דא א שטארקע פראבלעם אז אסאך ספרים זענען געשריבן געווארן דורך סופרים וואס האבן גענוצט דעם 'תיקון הורוביץ' אלס הילף געצייג צו באגלייטן זייער כתיבה, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו האבן אסאך פסולים, און די בתי דינים און ארץ ישראל זענען שוין ארויסגעקומען איבער דעם.


ביים אסיפה וואס איז פארגעקומען אין מאנסי, האבן זיך אנגעזען רבנים ודיינים פון פילע קהילות הקודש און גרעסערע שולן, צווישן זיי הרבנים הגאונים פון קהילות באבוב, באבוב-45, בעלזא, וויזניץ, סקווירא, פאפא, סאטמאר, צאנז, צאנז-קלויזנבורג, ראחמיסטריווקא, אבד"ק נייטרא, סלאנים, וויען, רענדיק, תפלה למשה, און נאך פיל חשוב'ע רבנים ומורי צדק היושבים על מדין. אזוי אויך זענען דארט געווען כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבארנוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד באר משה פרעמישלאן שליט"א.


עס האבן צווישן אנדערע אדרעסירט די אסיפה הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי און דער רב פונעם וועד משמרת סת"ם בארה"ב, הגה"צ רבי משה קעסלער שליט"א מדייני וויזניץ מאנסי און הרה"ג רבי יצחק שפיטצער שליט"א מדייני שיכון סקווירא. אזוי אויך איז געהערט געווארן דברים קילורין לעיניים פונעם נואם הכבוד, הגה"צ ר' ישראל שנעעבאלג שליט"א אב"ד טשערנאוויץ בארא פארק, אליינס א סופר מומחה, און דיין בעניני סת"ם, און שטאקרע אויפוואכונג אין די נושא איז אויך געזאגט געווארן דורך דעם אורח הכבוד כ"ק אדמו"ר מקאסאני בית שמש שליט"א, וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין אויפוואכונג איבער די סופרים אין שטאט בית שמש.


לתיקון הענין גייט ווערן אוועקגעשטעלט א פאראייניגטע "פיקוח ספרי תורה דקהילות הקודש" וואס וועט זיין אונטערן אויפזיכט פונעם וועד משמרת סת"ם וואס הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל האט אוועקגעשטעלט און ארץ ישראל און אין אמעריקע. די רבנים ודיינים האפן אז מיט'ן פאראייניגטן כח וועט מען זיך בעז"ה קענען אן עצה געבן מיט דעם וואקסנדן ספרי תורות פראבלעם, וואס איז היינט צוטאגס א מאסיווע מארקעט איז א ריזיגע מסחר און ארץ ישראל און אין אויסלאנד, אבער עס פעלט איבערזיכט.





bottom of page