top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חומות מגדלי: הוראת הקודש פון האד' מבאיאן וועגן לערנען 'ענגליש' אין ת"ת נעץ דחסידי באיאן ברחבי ארה"ק

מיטוואך פ' ויגש • א' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א העכסט דרינגענדע אסיפת חיזוק "ביצור חומות החינוך" איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם א' דחנוכה בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכער האט פערזענליך פאררופן די אסיפה פאר אלע מנהלים רוחניים פון די ת"ת נעץ דחסידי באיאן ברחבי ארה"ק.


די אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן אנבאלאנגט די פרישע פארלאנג דורך די רעגירונג אין ארץ ישראל, וואס פאדערט אויף די תלמודי תורה צו לערנען א דריי פערטל שעה א וואך "ענגליש", און אויב קומט מען נישט נאך די פאדערונג לויערט גרויסע קנסות, ווי עטליכע תלמודי תורה האבן דאס שוין באקומען.


די אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן אינעם רבי'נס גרויסע 'פראווען צימער', ווען ארום די טיש האבן זיך געשטעלט אלע מנהלים רוחניים, ובראשם הגה"צ רבי צבי ראבינאוויטש ראש ישיבת באיאן, און הרה"ג ר' דוב בער ראבינאוויטש אב"ד באיאן ביתר, וועלכע זענען געזיצן לידיו פונעם רבי'ן שליט"א.


דער רבי שליט"א האט געעפנט די אסיפה און ארויסגעברענגט דעם חומר המצב אין וואס מ'געפינט זיך, און אז דער ריינער חינוך וואס ווערט געגעבן פאר די טויזנטער תשב"ר פון די באיאנע מוסדות איז אין א בחינה פון 'פך שמן טהור', און דאס איז נוגע אין אלע ענינים, צי בהלכה, בהנהגה, בחסידות, צניעות, גדרים וסייגים, טעכנאלאגיע, וכדומה. אלץ האט מען ביי אונז געזוכט אז ס'זאל ביי אונז זיין בתכלית השמירה וההידור אויפ'ן דרך המקובל פון אונזערע הייליגע רבי'ס און דער זיידע ז"ל, און אזוי וועט עס ווייטער אנגיין בעז"ה.


איבער'ן נושא העומד על הפרק האט דער רבי שליט"א פארבעטן דעם ראש ישיבה אראפצוגעבן פאר די פארזאמלטע וואס ער – דער רבי – האלט אין דעם ענין, כדת מה לעשות. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיט גרויס ווייטאג ערווענט די שווערע גזירות וואס פלאגט דעם יהדות החרדית אין ארץ ישראל אוטנער די פרייע רעגירונג, און ווי אזוי די גדולי ישראל האבן זיך מוסר נפש געווען ביי אלע גזירות במשך השנים זיך נישט אונטערצוגעבן פאר די רעגירונג, און גע'פסק'נט ביי די גזירות פון גיוס בנות אדער שירות לאומי אז ס'איז בגדר "יהרג ועל יעבור".


יעצט שטייט מען ביי א שווערן נושא פון לערנען ענגליש, אויף וואס אונזער ציבור איז אזוי באזארגט, האט דער רבי זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו בעובי הקורה, און אויסגעהערט אלע צדדים, שוין איבער א וואך א האלב וואס דער רבי זיצט און איז מברר אלע שאלות און ספיקות.


דער ראש ישיבה האט אויסגעבראכן אין א געוויין ביים אראפלייגן וואס די רעגירונג פאדערט אצינד, צו לערנען ענגליש, און די איינציגסטע אויסוועג זיך צו פטר'ן דורכ'ן זיך איינגעבן אלס "מוסד פטור" וועט פאלן אומגעהויער שווער אויף די הנהלת הגשמית, און וועט אויך שווער אויסקלאפן אויפ'ן תחום החינוך, ווען די מלמדים וועלן נישט קענען אנגיין מיט זייער עבוה"ק.


ביי רוב פאדערונגען פון לימודי חול האט מען נאך געקענט טרעפן פארשידענע מהלכים, אבער ביי ענגליש איז נישט דא קיין לעזונג, מ'האט געמיינט ביז יעצט אז מ'קען זיין פאסיוו און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די פאדערונג, אבער ס'איז ליידער נישט אזוי.


דער ראש ישיבה האט דא איבערגעגעבן די ענדגילטיגע הכרעה פונעם רבי'ן שליט"א, אז אין א מצב פון דיעבד שבדיעבד, נאכ'ן ארויפשטעלן אלע צדדים אויפ'ן וואגשאהל, האט דער רבי מכריע געווען אז מ'זאל לערנען א דריי פערטל שעה א וואך ענגליש, אבער אך ורק אלס חלק פון די 5 באשטימטע וועכנטליכע שעות פון לימודי חול, און חס ושלום נישט אויפ'ן חשבון פון די שעות פון לימוד קודש.


דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט אז אין באיאן וועט מען זיך ווייטער האלטן שטארק אויף די עקרונות, און מ'וועט זיך נישט דערשרעקן פאר יעדן פרייז, ערווענענדיג די אנטוויקלונג וואס איז נארוואס געווען בנוגע די בית חינוך "בנות מלכה" אין קרית גת, וואס האט זיך געפינען אונטער די ממ"ח, און דער רבי האט געגעבן די הוראה אז מ'זאל ארויסגיין פון זיי, ביי אונז איז דאס טריפה.


אויך האט ער דערמאנט אז מ'וועט שטעלן א ספעציעלע וועד פון מפקחים וואס וועלן איבערזיכטן אלע ביכער, און זיכער מאכן אז אלעס איז אויסגעהאלטן און עס טוט ח"ו נישט פארמאגן אומאויסגעהאלטענע אינהאלט.


לסיום האסיפה האט מען ווידער געהערט די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, זייענדיג מרחיב איבער'ן מסירת נפש וואס איז אלעמאל געווען ביי די חסידים און דאס האט אנגעהאלטן דאס יהדות.

תגובות


bottom of page