מיטוואך פ' דברים • ג' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת: מיט גרויס טרויער ווערט יעצט פארמיטאג אויפגענימען די ביטערע בשורה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרבנית הצדיקת מליסקא, מרת מלכה פריעדלאנדער ע''ה, אשת חבר ועזרתו בקודש פון יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מליסקא שליט''א וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאהר.
די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגה''צ רבי יעקב יצחק שטערנבערג זצ"ל מחשובי חסידי סאטמאר אין ירושלים, מגזע היחס לצדיקי בית קארלין סטאלין און קאברין, די נפטרת איז כל ימיה צוגעשטאנען לימין בעלה הגדול די ליסקא רבי שליט"א מיט זיין הרבצת התורה וחסידות, נעכטן דינסטאג האט די רבעעצין געליטן פון א מאסיווע הארץ א טאקע און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד בעת כלל ישראל איז מעתיר לרפואתה השלימה, יעצט אינדערפרי האט אבער די רעבעצען ליידער צוריקגעגעבן איר נשמה ליוצרה, איבערלאזנדיג נאך זיך א הערליכע דור, בנין וחתנין רבנן.
די לוי' גייט ארויס היינט 1:00 מיטאג פון ליסקא בית מדרש אויף 1449-50 סט. אין בארא פארק, אויפן וועג צום בית החיים הר שלום אין עירמאנט ווי די רעבעצען ע"ה וועט קומען לקבורה.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
Comments