top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערב יומא דהילולא • מעמד זכרון צדיק בחצר הקודש סקאליע‎

מיטוואך פ' בא • ז' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א רירענדע מעמד 'זכרון צדיק' איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם מוצאי שבת בחצר הקודש סקאליע, ווען די נכבדי העדה וועלכע האבן זיך געווייקט ביי הרה"ק מסקאליע זי"ע מדי שבת בשבתו, האבן צום ערשטן מאל געעפענט זייערע קוועלער און איבערגעגעבן פארן יונגן דור, פרעזענליכע אינהאלטסרייכע סיפורים ועובדות וואס זיי אליינס האבן בייגעוואוינט בקודש פנימה. א סקרוך האט ארומגענומען די פארזאמעלטע הערענדיג אטענטישע ערשט-האנטיגע סיפורים און זכורנות, וואס ווערן דערציילט דורך פייערדיגע חסידים, וועלכע האבן געלעבט מיטן סקאליע רבי'ן זצ"ל און זענען ווייטער מקושר לאילנא דחיי.

צווישן אנדערע זענען געהערט געווארן אינהאלטסרייכע זכרונות פון: הרה"ג ר' יהושע לערנער שליט"א בעמח"ס מעייני הישועה ועוד וועלכע האט אויפגעוויקעלט האר-אויפשטעלנדע סיפורים ועובדות פונעם סקאליע רבי'ן זצ"ל וואס בדידיה הוי עובדא. דערנאך האט מען געהערט א באגאבטע דרשה פון הרה"ג ר' שמשון פרידמאן שליט"א וועלכע האט נישט פארפאסט א טיש ביים רבי'ן ז"ל. די זקני החסידים וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד, האבן פארגאסן טרערן פון התרגשות, זיך דערמאנענדיג פון יענע דערהויבענע טעג בהילו נרו על ראשינו ווען מ'האט געהאט די זכיה זיך מתחמם צו זיין לאורו הבהיר. דערנאך האט מען געהערט סיפורים און זכרונות פון נכדו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכע האט א לענגערע צייט ארומגערעדט במשנתו פונעם זיידן זצ"ל.


אויך אין ארץ ישראל איז פארגעקומען א 'סעודת הילולא' לרגל די יארצייט, אין שפיץ פונעם רבינ'ס זון הגה"צ ר' ברוך פינחס גאלדשטיין שליט"א אב"ד סקאליע ב"פ, ווי עס האבן זיך באטייליגט די זקני החסידים וועלכע וואוינען היינט אין ארץ ישראל און האבן אויפגעוויקעלט זכרונות ועובדות מימי קדם, צווישן זיי: הרה"צ ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש שליט"א, הגה"ח ר' ישראל בעדער הי"ו, הגה"ח ר' יוסף ספינער הי"ו, הגה"ח ר' יעקב חיים גרינבוים הי"ו.


צומארגענס איז דער רב שליט"א ארויף צום ציון הק' במרומי הר הזיתים, אין באגלייטונג פון חסידי וידידי בית סקאליע בארה"ק, ווי מען האט מעתיר געווען לישועות הכלל והפרט בזכותו של אותו צדיק, און באזונדער איז אויפגעליינט געווארן ביים ציון הק', די הונדערטע קוויטלעך וועלכע זענען געשיקט געווארן דורך די תורמים פון 'כולל אור ברוך ד'סקאליע' אין בארא פארק.







Comentarios


bottom of page