top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צִיּוֹן הֲלֹא תִשְׁאֲלִי: הכנות אין שווייץ צום יארצייט פון הגה"ק בעל שפתי רפאל זצוק"ל אב"ד ענדינגען ומדינת שווייץ

פרייטאג פ' בחוקותי • כ"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט הכנה דרבה גרייטן זך פולע הונדערטער אידן בכלל און תושבי שווייץ בפרט אפצוצייכענען דעם זונטאג כ"ה אייר דעם צוויי הונדערט און עלעפטע יארצייט פונעם פועל ישועות ומלומד בנסים הרה"ק בעל שפתי רפאל משווייץ רבי רפאל בן רבי אברהם זכותו יגן עלינו וואס האט משמש געווען ברבנות אין שווייץ במשך ז"ך שנים, און איז געווען באקאנט מיט זיין קדושה יתירה און גרויסקייט בחכמת הקבלה און האט באוויזען אותות ומופסים בחיים חייתו.


לאחר פטירתו איז דאס הייליג ציון באקאנט געווארן אלץ א מקום מסוגל לישועות און במיוחד פאר זיוויגים הגונים, פרנסה און זרע קודש, און ווי יעדעס יאר באלאגערן הונדערטער שווייצער איינוואוינער דעם חלקת מחוקק ספון אזוי אויך די תלמידי הת"ת וועלכע רעכטן אפ א מעמד התעוררות בקשת רחמים מדי שנה בשנה, און צוגאב איז ערווארטעט היי יאר א מאסן צוזאמפאר פון לאנדאן, אנטווערפן, ארץ ישראל און פון אמעריקא


און ליכט פונעם גרויסן צוזאמפאר טוען די עסקנים איינרישן ספעציעלע שאטעלס פון שטאט ארויס צום ציון הק', און אויפן פלאץ ווען זיין לעכטיגע גרויסע שאטערס פאר מענער און פרויען, בתי כבוד, איבערבייס מיט משקאות במשך דעם גאנצן טאג פונעם יארצייט אנגעהויבן פון מוצאי שבת ליל הילולא קדישא, לרחבת הציבור צו קענען מתפלל זיין מיט א רוהיג געמיט און אויספועלן אלע גוטס בזכות הצדיק.

留言


bottom of page