top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן צוזאמפאר יום ראש השנה בחצה"ק קארלין סטאלין אפגערופן אין ליכט פון מלחמה צוימונגען

דינסטאג פ' האזינו כ"ח אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין דראמאטישע שריט איז יעצט באנאכט געווארן פון חצר הקודש קארלין סטאלין, אז צוליב די פרישע רעגולאציעס וועלכע פארבאט גרעסערע פארזאמלונגען, זאלן די חסידים 'נישט' קומען צו פארן אויף יו"ט קיין גבעת זאב צום רבי'ן.

אין די דראמאטישע מודעה ווערט ערווענט, אז נאכדעם וואס הונדערטע חסידים פון אויסלאנד, אריינגערעכננט ניו יארק, קאנאדע און אייראפע זענען שוין אצינד אויפן וועג קיין ארה"ק, מיטצוהלאטן דעם יו"ט ביים רבי'ן, דעריבער ווערט געמאכט אן אויסנאם פאר חסידים פון חוץ לארץ וואס געפונען זיך שוין אויף די וועגן, אז זיי וועלן קענען פארבלייבן איבער יו"ט אין גבעת זאב.

די מעלדונג איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס שאק ביי חסידי קארלין סטאלין, נאכדעם וואס יו"ט ראש השנה ווערט פאררעכנט אלס 'די שפיץ פונעם יאר', און א 'זמן קהלה לכל', ווען שווערע טויזענטע חסידים פון איבער די גאנצע וועלט קומען צו פארן מאסנווייז מיטצוהאלטן דעם יו"ט בצל הקודש, וואו עס איז איינגעפירט אין קארלין צענדליגע יארן נאכאנאנד. אצינד, וועלן די חסידים פארבלייבן אין די שטעט, און דארט פראווענען דעם יו"ט אויף א באשיידענעם פארנעם.

דאס קומט אין א צייט, וואס די גרויסע שאטער אין גבעת זאב, איז שוין פולקאם גרייט און אויסשטאפירט מיט אלע צוגעהערן, צו קענען אקאמעדירן די פלייץ פון שווערע טויזענטער חסידים וועלכע קומען יאר יערליך מיטצוהאלטן די תפלות און טישן אויף ראש השנה. אין די מודעה פון די הנהלת הקהלה טוהן זיי אונטערשטרייכן, אז אויב וועלן זיין שינויים אין די רעגולאציעס, דאן וועלן די חסידים יא קענען קומען צו פארן פון אלע שטעט.


Comments


bottom of page