דינסטאג פ' תזריע • א' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין שטאט אנטווערפען איז נעכטן נאכט אפגעראכטן געווארן די יערליכע דינער לטובת צדקת רבי מאיר בעל הנס 'כולל חבת ירושלים', אין שפיץ פון די אדמו''רי ורבני העיר ובראשם כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א נשיא הכולל.
עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה דער מרא דאתרא הגה''צ גאב''ד אנטווערפען, דערנאך האט מען געהערט די דבר הכולל פון כ''ק האדמו''ר מספינקא אנטווערפען שליט''א אין די דרשה פונעם נואם הכבוד הגה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם אב''ד דברי משה וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן פון ירושלים אויפצוטערטן ביים דינער.
א ספעציעלע זכיה האט מען געהאט צו הערן די ברכת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א וועלכע האט ווארעם אנגעווינטשן די חשובע נדבנים ותומכי הכולל, נאכן דינער זענען די הונדערטער משתתפים תושבי העיר דורך ביים פשעווארסקער רבין און איבערגעגעבן די נדבות לידיו הקדושות.
Komen