top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער און האד' מקאסוב ביי א ברית אין ירושלים

דאנערשטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

היינט אינדערפרי האט כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א געדינט אלס מוהל ביי זיבן ברית בלי עין הרע, צוליב די ריבוי השמחות זענען די בריתן פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אין ירושלים, צווישן די בריתן האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א געדינט אלס סנדק און מוהל ביים ברית פון אן אייניקל ביי הרבני הנגיד ר' חיים סימקאוויטש הי"ו וואו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א איז מכובד געווארן מיט די ברכות וקריאת השם.


נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה וואו הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די בעלי השמחה און באזונדער אנגעוואונטשן האד' מקאסוב נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות.












Hozzászólások


bottom of page