מאנטאג פ' בהעלותך • י"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארגאנגענעם וואך אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות זענען אריין בקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א די וועד העירובין שע"י בית הוראה דקהל יטב לב אינאיינעם מיט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א ווי מען האט פארגעשטעלט די נייע פארענדיגטע מאפע פון די תחום שבת און עירובי תחומין פון איבער גאנץ קרית יואל וואס איז ערשינען לכבוד יו"ט שבועות.
דער רבי האט איבערגעקוקט די מאפע א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א יושב ראש וועד העירובין, איבער די פילע פעולות פון די וועד העירובין פאר די צענדליגער עירובי תחומין אין אלע שכונות אין קרית יואל, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן דיין שליט"א איבער פארשידענע מכשולות פון די פריוואטע עירובין וואס יחודים מאכן אליינס, און אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע אקטועלע שאלות בנוגע יו"ט שבועות, צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן די חברי וועד העירובין שלא יצא מכשול במעשי ידיהם, און עקסטער אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די וועד בעלי בתים וועלכע שאפן די נויטיגע פאנדן פאר די גרויסע הוצאות פון די וועד העירובין.
Comments