top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מבית האבל אל בית המשתה • חתונה אין די הויפן פון ביאלא - קאפיטשניץ - קוזמיר - לעלוב בי"ש

זונטאג פ' נצבים וילך - י"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין בחדרי חרדים


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פאריגן מיטוואך נאכט מיטגעפרייט ביי די געהויבענע שמחה בבית צדיקים אין די הויפן פון ביאלא - קאפיטשניץ - קוזמיר אין לעלוב בית שמש וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב שמחה וגיל אינעם גרויסן ביאלא ביהמ"ד אין ירושלים, מיט געמישטע געפילן גייענדיג מבית האבל אל בית המשתה שטייענדיג ככלות ימי השבעה נאך די טראגישע פטירה פון האברך ר' ישראל אברהם משה ראבינאוויטש ע"ה זון פונעם מחותן אבי הכלה הרה"צ ר' יוסל ראבינאוויטש ראש ישיבת ביאלא.


צום באשטימטן צייט זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינעם צום מעמד קבלת פנים, מיט גראמען האט אויפגעטרעטן די בדחן ר' גבריאל לעווי, אין מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הגה"צ רבי לייבוש ראבינאוויטש אב"ד פרעסטוויטש מאנשטעסטער בנו הגדול פונעם ביאלא רבי'ן שליט"א.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער הגה"צ רבי יוסל באב"ד מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די זיידעס האדמורי"ם מקוזמיר און לעלוב בית שמש און די פעטער'ס האדמורי"ם ממודזיץ און לעלוב ירושלים, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א. נאכן חופה האט זיך געשאפן א שיינער מחול לצדיקים און די ציבור איז דורך וואונטשן מזל טוב.


נאכן חופה איז די מחותן הרה"צ ר' יוסל ראבינאוויטש אריין אין א זייטיגע שטוב אינאיינעם מיט זיינע קינדער וואו מען האט עפ"י הוראת הקודש פונעם ביאלא רבי'ן שליט"א אויפגעשטעלט די אבלים פון די שבעה, נאך א קארצע צייט איז די מחותן הרה"צ ר' יוסל אריינגעקומען צום שמחת החתונה, בקול רינה וצהלה און זיך תיכף ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין מיט די בני המשפחה וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א פרייליכע אטמאספערע, דאן האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, אין די שמחה האט פארגעזעצט מיט פייערליכע ריקודין.


בכבוד הראוי האט מען ענטפאנגען די חשובע אדמורי"ם שליט"א וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען ביי די שמחה, ובראשם כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין, כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, האדמורי"ם מסקולען ירושלים - שומרי אמונים ירושלים - קאמרנא - סטריקוב ירושלים - סטראפקוב - ביאלא פשיסחא - רימנוב - גאב"ד קרית צאנז ירושלים - גאב"ד זוועהיל - אב"ד אביר יעקב תל אביב - הגאון ר' בנימין אלישיב - אב"ד וויזניץ בראכפעלד און נאך פילע רבנים ואישי ציבור.


נאכן בענטשן האט מען צוגעטראטן צום רעווא דרעווין די געהויבענע מעמד המצווה טאנץ, בדחנא דמלכא ר' גבריאל לעווי האט אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א אפצורעכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה, דערנאך האט די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א פארגעזינגען די ניגון שבת קודש פון זקנו די הייליגער אפטא רב און געטאנצן מצווה טאנץ מיט אן אש קודש, נאכגעפאלגט מיט די ריקודי קודש פון די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם מקוזמיר אין לעלוב בית שמש אין דאן די מחותנים און חתן כלה וואס האט זיך פארצויגן עד אור הבוקר.














































Comments


bottom of page