top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כולם נקבצו: "איחוד מוסדות גור" פרישט אויף יערליכע "ועידה"; באשטימט אויף קומענדיגן חשון אין קפריסין

מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

הונדערטער נגידי ותומכי חצר הקודש גור טוען אין די יעצטיגע טעג ערהאלטן די הזמנת כבוד צו די היי יאריגע "ועידה" וואס ווערט אפגעהאלטן דורך די צענטראלע קערפערשאפט פון די הייליגע אימפעריע פון "איחוד מוסדות גור", וואס וועט אפרעכטן א גייסטרייכע צונויפפאר פון די נגידי האיחוד פון ארץ ישראל, אמעריקא און אייראפע, בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.


די "ועידה" ווערט אפגעהאלטן איינמאל יעדע פאר יאהר, ווען די סאמע גרעסטע גבירים לבית גור פארן ארויס אויף א שבת אינאיינעם מיט'ן רבי'ן אויסשליסליך מיט די נגידים ותומכים. די לעצטע עטליכע יאר איז אבער געווען א שטיקל הפסק, אנגעהויבן מיט די קאראנא יאר, און שפעטער מיט די מצב המלחמה, ווען מען האט אפגעהאלטן די ויעדה אין ארץ ישראל, און אצינד ווערט די ועידה איבערגעפרישט, און עס וועט דעם קומענדיגן חודש חשון פארקומען די 12'טע ועידה.


די ועידה וועט פארקומען אין די קעניגליכע פאלאצן אין די "קפריסין" אינזלען, די קומענדיגע שבת פרשת חיי שרה, וואס שטעלט פאר א קייט פון ימי הוד, אנגעהויבן פון דאנערשטאג ביז זונטאג, ווען דער רבי וועט פראווען אינאיינעם מיט די נגידים וואס האבן די זכי' צו שענקען די פילאנטראפישע שטיצע פאר די נעץ פון מוסדות און ארגוני החסד פון חצר הקודש גור, אנטשפרעכנדיג צו זיין א זעלטענער שבת מרומם, ווען דער רבי לאזט זיך אראפ מן ההר אל העם און פארברענגט בידידות וריעות מיט די ראשי הנדיבים בעם במלכות בית גור.



コメント


bottom of page