דינסטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלי שווארץ - JDN
א הערליכע שבת איז פאראיבער אויף בעלזער חסידים אין שטאט מאנסי מיטהאלטנדיג א שבת מרומם בצלו פונעם גרויסן גאסט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו וחביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס איז געוועהן צוגאסט אין שטאט לכבוד א משפחה שמחה. ערב שבת אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען דער פייערליכער מעמד הכנסת ספר תורה צום בעלזער ביהמ"ד "בית אהרן" אין מאנסי וואו ער האט פארגעזאגט די מזמורים ביים אריינפירן די ס"ת צום ביהמ"ד און האט אפגעראכטן די ריקודים לכבוד התורה, און דערנאך האט ער קובע געווען א מזוזה אין ביהמ"ד. די תפלות און סעודות שב"ק האט הרה"צ געפראוועט אין מאנסי ביי די שמחת השבע ברכות בבית גיסו הרה"ג ר' יואל יצחק לעמבערגער שליט"א.
דער קלימאקס פונעם באזוך איז געווען דער געהויבענער שלש סעודות וואס הרה"צ שליט"א האט אפגעראכטן אויף א גרעסערן פארנעם אינעם נייעם איבערגעבויטן בעלזער ביהמ"ד אויף מעיפל טערעס אין מאנסי, צו וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען כלל חסידי בעלזא אין מאנסי זקנים עם נערים, דער ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה מיט הונדערטער חסידים וועלכע האבן מיטגעהאלטן א פייערדיגן שלש סעודות אויפ'ן בעלזער שטייגער, ועל צבאם האבן זיך אנגעזעהן די חשוב'ע דייני הקהלה פון די שטאט. עס זענען געווען צוגעגרייט באשטימטע פלעצער פאר עלטערער אידן און מיטליעריגע אידן, און ביי די זייטן זענען געווען די פארענטשעס וואו עס זענען געשטאנען די פילע אינגעלייט און בחורים און פרחי צאן קדשים.
הרה"צ שליט"א איז אריינגעקומען שב"ק פארנאכטס צו מנחה, און עולה געווען שלישי, נאך מנחה האט הרה"צ זיך געוואשן און מען האט אריינגעברענגט די מאכלים, דערנאך האט ער פארגעזאגט 'יצוה צור חסדו' און 'מזמור לדוד' און מען האט געזינגען אלע זמירות כנוסח בעלזא.
הרה"צ האט געבענטשט אויפ'ן כוס און דערנאך האט מען געזינגען א ווארימען ניגון הכנה און דעם ניגון 'אחת שאלתי', נאכ'ן זמן ר"ת האט הרב אהרן מרדכי משמיע געווען אויפ'ן מייק לענגערע דברי התעוררות ודברי הכנה צו די הייליגע טעג און האט מסיים געווען מיט די ברכות וואס די בעלזער רביים פלעגן וואונטשן אין די וואכן, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און נאך מעריב האט הרה"צ געמאכט הבדלה, און מען האט געזינגען 'המבדיל', דאן האט דער גאנצער צבור זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ, נאכדעם איז דער גאנצער צבור אריבערגעגאנגען וואונטשן א גוטע וואך, און מען איז ארויס אויפ'ן גאס צו קידוש לבנה.
שפעטער האט הרה"צ זיך משתתף געווען ביים שבע ברכות בבית גיסו וואס איז פארגעקומען אין שטוב פונעם אבי הכלה הגה"צ ר' יחיאל מיכל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל, און פון דארט האט ער זיך צוריקגעקערט לבית האכסניא.
Comments