top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד חסיד: הגה"ח ר' ליפא ראטה ע"ה יונגערער ברודער פון הגה"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל

דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ברוך דיין האמת, חסידי סאטמאר אין בני ברק האבן די וואך געליטן א שווערן פארלוסט מיט די פטירה פון איינעם פון די פארי וזקני החסידים משרידי דור הישן, הרה"ח ר' חנני' יו"ט ליפא ראטה ז"ל, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין נשמה זייענדיג אין טיפן עלטער פון 87 יאר לדאבון לב פון די גאנצע סאטמארער קהלה קדושה אין בני ברק, וועלכער האבן פארלוירן אן אמת'דיגן געשטאלט פון א פארצייטישן חסיד וועלכער איז געווען דבוק ומקושר צו די אדמור"י בית סאטמאר.


דער נפטר ז"ל איז געווען א יונגערער ברודער פון הגה"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל בעל עמק התשובה, ער איז געבוירן געווארן בשנת תרצ"ז אין טעמעשוואר רומעניע, צו זיין טאטן הגה"ח ר' יצחק אייזיק ראטה ז"ל זוהן פון הגה"צ ר' משה ראטה זצ"ל אב"ד האמאראד אייניקל פון הגה"ק בעל מראה יחזקאל מקארלסבורג זי"ע.


נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז ער ארויפגעפארן מיט זיינע עלטערן פון רומעניע קיין ארץ ישראל, וואו ער האט געלערנט אין ישיבה יטב לב דסאטמאר אין ירושלים בראשות הגה"ק ר' משה אריה פריינד זצ"ל שפעטערדיגער גאב"ד ירושלים פון וועם ער איז געווען א תלמיד מובהק. בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רעבעצען א טאכטער פון הגה"ח המפורסם ר' מענדל געפנער זצ"ל וועלכער איז געווען פון די געהויבענע געשטאלטן ונקיי הדעת שבירושלים.


דער נפטר ז"ל איז געווען א קובע עתים לתורה כל ימיו מיט א מורא'דיגן פעסטקייט, ער איז געווען א ווארימער חסיד'ישער איד און א פייערדיגער סאטמארער חסיד, פאר זיין פרנסה האט ער עוסק געווען אינעם דיאמאנטן בערזע וואו ער האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין ישרות און משא ומתן באמונה.


ער איז געווען אויסטערליש נאנט צו מורו ורבו יבלחט"א הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, און איז געווען פון די יושבים ראשונה במלכות ביי יעדן מאורע בתוככי הקהלה, אזוי אויך האט ער אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיט להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א ביי וועם ער פלעגט זיך ווייקן בקביעות יעדעס יאר אין די זומער וואכן ווען ער האט געוויילט אין עיה"ק ירושלים.


די לוי' איז פארגעקומען זונטאג שפעט ביינאכט פארנט פון ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין בני ברק, וואו עס האט מספיד געווען זיין פלומעניק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון מירון צום לוי', דער נפטר איז געקומען למנוחה אויפ'ן וויזניצער בית החיים אין שטאט.



Comments


bottom of page