דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט זיך היינט ארויסגעלאזט אויף א בליץ באזוך פון בלויז געציילטע שעות צום שטאט טשיקאגא, מנחם אבל צו זיין ביי די קינדער פון מחותנו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב טשיקאגא זצ"ל, ביים אנקומען אין שטאט איז ער באלד צוגעפארן צום בית האבלים וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א משך זמן און מעלה געוועהן זכרו הטהור פונעם זידיטשויבער רבי'ן זצ"ל, עס איז אויך אנוועזנד געוועהן כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א א נאנטע קרוב פונעם נפטר.
דערנאך האט ער באזוכט אין די ווייצטנער כולל אין שטאט וואו ער האט איבערגעגעבן א שמועס און דברי חיזוק פאר די אברכי ולומדי הכולל, פון דארט איז מען ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין שיכון סקווירא.
Comments