מונטאג פ' בהעלתך - ט"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות
פארגאנגענעם וואך איז כ''ק האדמו''ר מאלעסק שליט''א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין ארץ ישראל ווי די רבי האט מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים לקקאת די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר די קומענדיגער וואך, זייענדיג אין ארץ ישראל האט די רבי באזוכט ביי אחיו כ''ק האד' מאלעסק ארה''ק אין זיך אויך משתתף געוועהן ביי די חתונה פון החתן זוהן פון הרב משה יוסף צימענט משב''ק ביי כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט די שבע ברכות ביים חופה.
אין אנדערע נייעס האט דער אלעסק'ער רבי אין לויף פון די וואך באזוכט בבתי אדמו''רים איינצולאדענען אין מקבל זיין ברכת קדשם צו די חתונה, צווישן אנדערע האט די רבי באזוכט ביי האדמו''רים מסאטמאר, סקווירא, באבוב, מונקאטש , סקולען, אין טשערנאביל.
Comments