top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות של שמחה ביי חסידי פאפא צום "שמחת בר מצוה" פון ערשטע אור-אייניקל ביי האד' מפאפא

דינסטאג פ' ויגש • ל' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א געוואלדיגער התרגשות נעמט ארום תלמידי וחסידי פאפא פון אומעטום, מיטהאַלטנדיג ווי די גאלדענע קייט ציט זיך ב"ה ווייטער, און מען וועט בקרוב מיטלעבן די פרייליכע מאמענט, די גרויסארטיגע שמחת הבר מצוה אינעם פאפא הויף, דער שמחת הבר מצוה פון ערשטן אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וואס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן מוצאי שבת פ' ויחי בהיכל ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג במעמד אלפי חסידי פאפא ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.


בשטומ"צ וועט אַריינקומען לעול התורה והמצוות, דער אור-אייניקל פון רבי'ן שליט"א הילד יניק וחכים כמר אהרן גרינוואלד שליט"א, א זוהן פון הרב לייבוש גרינוואלד בנו בכורו פון הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, בנו הגדול פונעם רבי'ן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון בארא פארק.


די שמחה ברענגט ארויס רוישיגע און פריידיגע געפילן, ברענגט אַרויס נאסטאלגישע געפילן ביי יונג און אלט, ובפרט ווען מען דערמאַנט זיך די געהויבענע זמנים פון די ימי השמחה ביי די חתונה פונעם אבי הבר מצוה הרה"ג רבי לייבוש שליט"א, וואס ליגט נאָך אין די ביינער אלס גאר געהויבענע און פרייליכע זמנים וואס מען קען אזוי שווער פארגעסן ביז צום היינטיגן טאג.


א שטאב מיט עסקנים זענען אין די טעג עוסק מיט אלע הכנות אז די שמחת בית צדיקים זאל געקרוינט ווערן מיט ערפאלג און צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער ערווארטע באטייליגטע. ווי געזאגט וועט די בר מצוה אי"ה אפגעראכטן ווערן מוצאי שבת ויחי הבעל"ט, צוזאַמען מיטן סעודת מלוהה מלכה און דערביי וועט מען זיך משמח זיין אויף א געהויבענעם און פרייליכן שטייגער זענדיג ווי עס ציען זיך ב"ה ווייטער די ליכטיגע דורות.


באזונדער גרייט מען זיך בין כותלי הישיבה צו די שמחה אינעם רבינס הויף, מיט שעות רצופות וואס די בחורים וועלן שענקן אלס דורון דרשה פארן ראש בית אב דער רבי שליט"א בהאי עידן חדוותא.



Comments


bottom of page