top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע אפגעהאלטן דורך אלפי חסידי סאטמאר בצל בנו האד' מסאטמאר

דינסטאג פ' קדושים • כ"ט ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער האבן פארגאנגענעם שבת כ"ו ניסן אפגעצייכנט די 18'טע הילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע ביי וועלכן מ'האט מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט.


אנגעהויבן האט זיך עס בעצם יומא דהילולא רבה וואס איז אויסגעפאלן אויף שבת וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוח מרומם אין קרית יואל בצל הקודש פון בנו הגדול ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דורכאויס שבת איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו אלע תפילות לרגל די הילולא קדישא, פרייטאג צונאכטס ביים טיש האט די רבי מכבד געווען מיטן בענטשן בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, און נאכן בענטשן האט די רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון אביו הגדול דער בעל הילולא.


ביום השבת איז די רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און שחרית, הלל הגדול און די שירה האט מען געזאגט פסוק בפסוק, נאכן ליינען האט די רבי ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת המוספין. נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן די קידושא רבא לרגל די יארצייט, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פון בעל ההילולא זי"ע, און די רבי האט געוונטשן לחיים לכל הקהל הקודש.


נאכמיטאג האט די רבי פארגעלערנט די ערשטע שיעור אין פרקי אבות, ובתוך דבריו ארומגערעדט איבער די יומא דהילולא קדישא ארומרעדנדיג פון די געוואלדיגע מידות און די שטארקע קשר וואס די טאטע האט געהאט צו קרית יואל, און ארויסגעברענגט די שטארקע שמחה מיט די הרחבת גבולי הקדושה אין שטאט, און מעורר געווען אלע חסידים איינצוהאלטן אלע תקנות פון די קהילה בכלליות ובפרטיות, און אזוי אויך שטארק מעורר געווען נישט צו דאווענען שפעט סיי אינדערוואכן און סיי שבת, און מסיים געווען בברכת קדשו. ביי די דברות קודש בעת רעווא דרעוין האט די רבי ארומגערעט איבער די ענין פון מסירות נפש אזוי אויך האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם ייטב לב אז אויפשטיין פארטאגס לערנען איז אויך א ענין פון מסירות נפש, און דער רבי האט מעורר געווען זאגענדיג אז מען הייבט יעצט אן א נייע זמן סיי די בחורים און סיי די אינגעלייט און בעלי בתים און מען זאל זען עס מקיים צו זיין און אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען.


מוצאי שבת כחצות הלילה איז די רבי שליט"א ערשינען צום סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול קאמבאנירט מיטן צענטראלן מגבית לטובת כולל עצי חיים לצדקת רבי מאיר בעל הנס. דער ביהמ"ד הגדול איז געווען אויסגעשטעלט אויף א הערליכן פארנעם, פון ברעג צו ברעג, א לאנגער אויבנאן האט זיך געצויגן אויפ'ן מזרח זייט פון ביהמ"ד, וועלכע איז געווען באשיינט מיט דאס השתתפות פון פילצאליגע רבנים, אדמורי"ם ודיינים שליט"א, רבני ודייני ק"ק סאטמאר, ובתוכם די פילצאליגע רבנים הגאונים נכדי בעל הילולא, ולידו פון רבי'ן שליט"א האט באשיינט אחיו כ"ק הגה"צ אבדק"ק סאטמאר 15-'טע עוו.שליט"א נשיא כולל עצי חיים.


די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, מען האט געזינגען זמירות מלווה מלכה און אויפגעגעבן די מאכלים, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות וואס מ'פלעגט זינגן אין פארשידענע זמנים בצלו פונעם בעל הילולא, פארגעזינגן דורך די סאטמארער קאפעליע, וואס איז מיטגעזינגן געווארן דורכ'ן ציבור מיט גרויס התעוררות. מיט ָאנגעשפיצטע אויערן האט מען דאן געהערט די ווארעמע דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען במשנתו פון אביו בעל ההילולא זי"ע  און ארומגערעדט איבער עבודת קדשו בג' עמודי עולם, זיין גרויסקייט אין תורה, זיינע הייסע תפילות פארן עמוד, און געווען א אב הרחמן ללבות נשברות, די ווארימע דרשות, די זיסע תורות, און די עבודת הקודש מחזק און מרומם זיין די קהילות און מוסדות איבער די גארער וועלט.


"והיה כאשר ירים משה וגבר ישראל" דער רבי האט דערמאנט די פילע פעולות לוחם צו זיין מלחמת ה' בעמלק קעגן קליפת הציונות מיט אירע אלע מלבושים, און ארויסגעברענגט די שווערע מצב בארה"ק סיי מיט די גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף אסאך רחמי שמים ניצל צו ווערן דערפון, און סיי איבער די מצב המלחמה בארה"ק וואס האט פארשפרייט אסאך שנאת ישראל אין די גאנצע וועלט און מען דארף אויך רחמי שמים אז עס זאל גארנישט קאסטן פאר כלל ישראל. באזונדער האט דער רבי דערמאנט אז דא אין ניו יארק דארף מען אויך רחמי שמים ניצל צו ווערן פון די גזירת החינוך און מען איז מתפלל אז די ערליכע עסקנים זאלן קענען אויפטוהן און מבטל זיין די גזירה, און בפרט אז עס זענען דא עסקנים וואס זענען חלילה גרייט צו מאכן פשרות אינעם חינוך רח"ל, דער רבי האט דערמאנט די פילע פעולות פון אביו בעניני צניעות, און בפרט איבער די לאנגע שייטלען, און אויפגעפאדערט נזהר צו זיין אין דעם, און מחזק געווען די תקנת המוסדות נישט אנצונעמען קיין תלמידים פון אזעלכע שטובער ווי מען גייט מיט לאנגע צולאזטע שייטלען, און די זעלבע מיט די יצר הרע פון די טמא'נע כלים וואס מאכט חרוב די נשמה און די גאנצע שטוב, והיה מחנינו קדוש!


דערנאך האט דער רבי דערמאנט די פעולות פונעם רבי'ן זי"ע צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה אין די מוסדות סיי די בתי מדרשים און סיי די בתי חינוך איבער די גאנצע וועלט, און דער רבי האט מעורר געווען צו דאווענען דוקא אין די היימישע בתי מדרשים און נישט דאווענען אין פרעמדע פלעצער ווי מען קען נשפע ווערן פון פרעמדע השקפות און מיינונגען, דערנאך האט דער רבי מעורר געווען נישט נשפע צו ווערן פון די מחנה מגושמים, און איבער די מאדע וואס האט זיך אריינגעכאפט צו קומען שבת אינדערפרי אין ביהמ"ד אן א שטריימל, נישט אזוי קומט מען אין ביהמ"ד! "בבית אלקים נהלך ברגש" און נזהר צו זיין בכבוד ביהמ"ד נישט צו רעדן ביים דאווענען , אזוי אויך איבער די שלעכטע מנהג פון די גרויסע קידושים נאכן דאווענען וואס ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מצב פון די דירות מאנגל אין קרית יואל און געזאגט אז מען האט אויפגענומען א וועד בעלי בתים וואס קוקן אדורך אלע מעגליכקייטן וואס מען קען טוהן וחפץ ה' בידינו יצליחו.


בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א עקסטער דערמאנט דעם הייליגן מקום תורה "כולל עצי חיים" וואס דער רבי האט מייסד געווען אין בני ברק און איז געווען קרוב ללבו הטהור, ווען דערביי האט דער רבי שליט"א שטארק ארויסגעהויבן די פעולות פון אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א נשיא הכולל, וואס געט זיך כסדר אפ צו שאפן די גרויסע געלטער, אויף וועלכן דער רבי שליט"א האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און גערופן דעם ציבור מחזק צו זיין דעם כולל מיט גרויסע סכומים. די רבי האט מסיים געווען די דברות קודש, בברכות לרוב אז זכותו הגדול פונעם טאטן דער בעל הילולא זאל מגין זיין אויף יעדן איינעם, יעדער זאל געהָאלפן ווערן בכל משאלות לבבו לטובה.


נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הגה"צ אבדק"ק סַאטמַאר- 15טע עוו. שליט"א מיטן בענטשן, און דער ציבור איז זיך צוגעגאנגען מיט א געהויבענעם געפיל און מיט א פעסטע קבלה אנצוהַאלטן פעולותיו של צדיק בכלל ובפרט, און מיט א תפלה אז זכותו הגדול יגן עלינו.


צומארגנס זונטאג קדושים איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געמאכט די סיום הש"ס און סיום ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הכנה לפני עלי' לציון, ובתוך דבריו ארומגערעט איבער די געוואלדיגע יגיעת התורה פונעם בעל הילולא, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע בחורים צו פויעלן אלעס גוטס ביים מתפלל זיין אויפן ציון.


גלייך איז מען ארויף פוקד צו זיין דעם ציון הק' מקום מנוחתו פונעם בעל הילולא זי"ע. נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום ביה"ח, און נאכ'ן זאגן די ברכה, איז דער רבי שליט"א אריין אינעם אהל מיט גרויס התרגשות. דער אהל איז געווען פול-געפאקט מיט הונדערטער בעלי בתים, אברכים ובחורי חמד וואס האבן מיטגעהאלטן דעם זמן מרומם מתפלל צו זיין אויפן ציון הק' מיט גרויס התעוררות. אריינקומענדיג האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט, און דאן געזאגט מיט גרויס התרגשות די תפלה פון הייליגן ישמח משה זי"ע, און פארגעזאגט פרקי תהלים פון קאפיטל צ' ביז ק"ז מיט א געוואלדיגן התעוררות. במשך די גאנצע צייט האט זיך געהערט קולו בקודש פון רבי'ן זצ"ל מיט התעוררות ובכיות וואס האט יעדן מיטגעצויגן, ובפרט ביי יהי רצון, און י"ג מדות של רחמים וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט בבכי עצום ורב. נאך תהלים האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש, און דאן געלערנט משניות און ווייטער געזאגט דעם קדיש דרבנן דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך פונעם ציבור במשך א לענגערע וויילע. א שטארקער התעוררות האט דערנאך געהערשט אין אהל בעת דער רבי שליט"א האט זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק', און מיט גרויס התרגשות מעורר געווען רחמי שמים מרובים למען הכלל והפרט. דורכאויס די גאנצע צייט זענען די צעירים החסידים געשטאנען קעפ אויף קעפ, ווען דערביי האט מען געזינגן ניגוני התעוררות, ובפרט ניגונים וואס מען פלעגט זינגן בעתותי קודש בצלו פונעם בעל הילולא זי"ע.


פארנאכטס האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו בשכינות קרית יואל ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע טעג.























































Comments


bottom of page