top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי ראחמיסטריווקא ביי מעמד אדיר "יסוד איתן" פאר נייע "ראחמיסטריווקא זומער קעמפ"

מוצאי שבת פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

מיט אן אויסנאמליכע התרגשות האבן חסידי ראחמיסטריווקא אויפגענומען די הכרזת קודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכע האט דעם מיטוואך נאכט קורא שם געווען פאר די נייע ראחמיסטריווקא יונגל קעמפ, בשם הקדוש 'מחנה אהל יצחק' על שמו ועל זכרו פון דעם אומפארגעסליכן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'אמרות טהורות' מראחמיסטריווקא זי"ע.


ווי ברייט באריכטעט איז דעם מיטוואך אפגעראכטן געווארן דעם מעמד אדיר 'יסוד איתן', מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א פעסטער יסוד איתן פאר די נייע גיגאנטישע קאמפלעקס, דער מחנה החדש "ראחמיסטריווקא זומער קעמפ". די מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע הייטנער זאלן אין בארא פארק, מיט די באטיילעגונג פון שווערע הונדערטער חסידי ראחמיסטריווקא און הורי המוסדות, סיי פון תלמוד תורה אהל יוחנן און סיי פון בית חינוך בית שפרה.


דער באגאבטער מגיד מפורסם הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש האט געעפענט דעם מעמד און מיט פאסיגע ווערטער אויפגעקפלאקערט די הערצער פונעם ציבור, ארויסברענגענדיג די ווייטגרייכענדע השפעה פונעם רבי'ן זי"ע אויפן גאנצן דור און בפרט אויף עדת צאן מרעיתו חסידי ראחמיסטריווקא און ווי וויכטיג עס איז, אז די שווערע ארבעט וואס די מחנכים לייגן אריין דורכאויס דעם יאר,  זאל נישט פארוואסערט ווערן דורכאיוס די צוויי חדשים פונעם זוממער וואס די קינדער געפונען אונטער די השפעה פון אנדערע מוסדות. 


דאן האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' הערשל ראזענבערג מנהל פון די סאטמאר'ע קעמפ וועלכע געפונט זיך בשכינות צום נייעם ראחמיסטריווקא'ן קעמפ וועלכע האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן פון עפענען א נייע קעמפ און די נחיצות פון פארמאגן אן אייגענעם קעמפ פאר די צאן קדשים.


דער משא המעמד איז געוויס געווען די רירענדע דרשה פונעם ענערגישן עסקן ובריח התיכון פון מוסדות ראחמיסטריווקא הרב משה יהושע קרעמער, וועלכע האט געשילדערט איבער יענע שווערע טעג נאכן הסתלקות פונעם רבי'ן ז"ל, ווען ער איז געשטאנען דערביי ווען דער היינטיגע רבי שליט"א להבחל"ח האט זיך געפונען אינעם צימער פון זיין פאטער זצ"ל און האט אויסגעבראכן אין א געוויין, זאגענדיג אז ער ווייסט נישט וואס ס'וועט דא זיין און די רעביסטעווע איז נישט פאר אים, אבער אויב וויל מען אזוי פון הימל, וועט מען זיך מוזן מחזק זיין און ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עוז, מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה על שמו ועל זכרו פונעם רבי'ן זי"ע.


צום שלוס האט מען געהערט דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט קורא שם געווען פאר די נייע קעמפ 'מחנה אהל יצחק' על שמו הקדוש פון אביו זצ"ל און געוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע נדיבים ותורמים. דאן האט דער ציבור געהאט די געלעגנהייט אריבערצמוגיין ביים רבי'ן און חתמנ'ן שטרי שותפות, ווי עס איז אריינגעקומען אסטראנאמישע סכומים פון שווערע מיליאנען דאלארן, ומתן שכרה בצדה, אז די אלע וואס געבן גרעסערע סכומעם וועלן זוכה יזין צו ערהאלטן א 'סידור של"ה' מיט א חתימה פונעם רבי'ן שליט"א.















Comments


bottom of page