מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
דער געהויבענע שבת התרוממות איז פאַַרבליבן אַַלס די געשפרעך פון טאג צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר אין שטאט מאָָנטרעאַַל-קאַַנאַַדע, נאכ'ן מיטלעבן די געהויבענע טעג בצלו פונעם גרויסן גאסט הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, באגלייט מיט גייסטרייכע מעמדים ודרשות חיזוק, וואס האבן געלאזט אן אויסטערלישן רושם אויף די בני הקהילה ותושבי העיר.
דאנערשטיג נאכמיטאג האט די רב'ס פליגער געלאנדעט אינעם YUL לופטפעלד אין מאנטריאל, ווי די רב שליט"א איז געווארן אפגעווארט דורך די ראשי ופני הקהילה, און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען, פונעם לופטפעלד איז די רב צוגעפארן צום אכסניה בבית הרבני הנגיד רבי ברוך מרדכי אבערלענדער. אויפדערנאכט איז פארגעקומען אינעם עטרת פיגא זאך אין שטאט א הערליכע מסיבת ליל שישי ספעציעל פאר די אברכים צעירים אהערגעשטעלט דורך דעם מפעל בית נאמן דקהל יטב לב, צום ערשט האט די דיין הקהילה מקבל פנים געווען דעם רב מיט קורצע ווערטער, דאן האט די רב געוונטשן לחיים פארן דיין און די אנוואזנדע רבנים ולכל הקהל הקודש, און משמיע געווען די צענטראלע דרשה נפלאה מיט גאר וויכטיגע דברי הדרכה ויסודות איתנים בכל תחומי החיים.
ערב שבת במשך די נאכמיטאג שעות האט דער רב שליט"א באזוכט ביי רבני העיר, צווישן זיי ביים מרא דאתרא הגה"צ רבי יהונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטרעאל, כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנטרעאל שליט"א, הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, דעם פעטער הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטרעאל שליט"א, הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה, לאנגיעריגע חברותא פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הגה"צ רבי יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א אב"ד קהל תפלה למשה דזיבוי, און נאך.
די הויכפונקט פונעם באזוך איז געוויס געווען דער שבת התרוממות, די תפילות און שבת אחים, דרשות ומעמד רעוא דרעוין, אויף א זעלטן געהויבענע פארנעם, איין קייט פון התרוממות הנפש והתעלות, מבואו ועד צאתו. נאכ'ן דאווענען ליל שבת איז פארגעקומען די סעודתא דחקל תפוחין קדישין בהיכל בית המדרש, וואו דער רב שליט"א האט געפראוועט אינאיינעם מיט די צענדליגע בחורי חמד בתוככי הקהילה. במשך די סעודה האט מען געהערט עטליכע מאל דברי תורה, און וויכטיגע הדרכות איבער קדושת השבת און לימוד התורה, ווי אויך סיפורי צדיקים פון די יארצייט וואס געפאלן די קומענדיגע וואך. א לענגערע צייט האט מען מאריך געווען בזמירות שירות ותשבחות. דאן איז פארגעקומען די שבת אחים, ווען הונדערטער חסידים און תושבי העיר האבן איבערגעפילט דעם היכל בית המדרש הגדול, אין שפיץ פון רבני הקהיל והעיר. צווישן זיי הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטרעאל שליט"א, הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, אב"ד טריסק מאנטרעאל שליט"א, הגה"צ ר' יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד מעליץ מאנטרעאל, הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א מו"ץ בק"ק סקווירא, און נאך.
שב"ק אינדערפרי איז די רב שליט"א ערשינען צו חברת תהלים לילדי תשב"ר אין די חדרי התפילה אין ביהמ"ד, מיטזאגנדיג א קאפיטל תהלים מיט די צאן קדשים, דאן האט ער אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה פאר די קינדער. דערנאך איז פארגעקומען א ווארימע תפילת שחרית, וואו דער רב שליט"א האט געדאוונט פאר'ן עמוד כמנהג אבותיו הק' לבית סיגוט-סאטמאר, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש. ביי קריאת התורה האבן עולה געווען נגידי הקהילה פון ניו יארק און מאנטרעאל, און מנדב געווען גרויסע סכומים לטובת הקהילה.
נאכמיטאג איז די רב שליט"א אריינגעקומען צום שיעור פרקי אבות, וואו א ריזן ציבור מתושבי העיר זענען געקומען מיטהאלטן דעם דרשה. א לענגערע שעה האט דער רב ארומגערעדט שטארקע יסודות און ענינים, איבער די חשיבות פון א איד בכלליות, און די אחריות און וויכטיגקייט פון זיך פירן ווי א איד אין אלע הינזיכטן, מיט קביעות עתים לתורה, כח התפילה, שמירת עינים, און נאך פארשידענע ענינים, געקניפט און געבינדן מיט וואונדערליכע ענינים מפי ספרים וסופרים, וואס האט באגייסטערט אלע משתתפים. צום שלוס האט דער רב שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט איבערצו'חזר'ן די וויכטיגע יסודות בעניני אמונה ודעות, א לענגערע וויילע האט דער רב מאריך געווען איבער די קליפה פון ציונות, וויאזוי מען דארף שטיין על המשמר און חזר'ן די הייליגע ווערטער, נישט צו ווערן אפגעקילט און אפגעשוואכט פון דעם מלחמת אש קודש.
דער שבת איז געקומען צום קלימאקס, ביים דערהויבענעם סעודת רעוא דרעוין, וואס איז געפראוועט געווארן לענגערע שעות מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש. נאך די זמירות לשלש סעודות, האט מען געזונגען ניגוני דביקות וכיסופין מיט גרויס התעוררות און התרוממות. דערנאך האט דער רב שליט"א גערעדט א לענגערע צייט דברי כיבושין בקול בכי חנוק מדמעות, זייענדיג מעורר איבער די ציל און תכלית פון יעדע אידישע נשמה, די כח פון תפילה בציבור, און די האפענונג ותשוקה אויף ביאת המשיח. די שלש סעודות איז באשיינט געווארן דורך רבני הקהילה והעיר, צווישן זיי הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטרעאל, וועלכער איז ספעציעל אריבערגעקומען פון די אפטאון געגענט.
נאך הבדלה איז די רב ערשינען אין די נייע צענטראַַלע אפיסעס פון קהל יטב לב אין מאנטרעאל, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה צום באנייאונג פון די אפיסעס. דערנאך איז פארגעקומען א אייגנארטיגע מסיבת מלוה מלכה בבית הרבני הרה"ח משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראשי הקהילה, צוגעשטעלט פאר די אריבער דרייסיג עסקני הקהילה, אין אלע אפטיילונגען. במשך דעם מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א רייכע שמועס מיט הרה"ח ר' שלום אליעזר פראנקל שליט"א גזבר הקהילה אין וויליאמסבורג יצ"ו, ווי ער האט געשילדערט זיין לאנגיעריגע ערפארונג פון קרוב צו א יובל יארן אין עסקנות. דערנאך האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה, זייענדיג מדגיש לשבח די געטרייע עסקנים וואס לייגן אריין כוחות עצומות מרומם צו זיין די כח הקדושה בקרב הקהילה, מיט א פאראייניגטע כח און אמת.
זונטאג אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בהיכל בית המדרש הגדול, און דערנאך איז אָָפּגעראָָכטן געוואָָרן א מסיבת לחיים לרגל הילולת זקינו הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע. אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב ערשינען אין היכל הכולל, און אויפגעטרעטן מיט דעם דרשת פתיחת הזמן, אנהייבנדיג בדברי דרוש ופלפול, און דערנאך דברי הדרכה צום נייעם זמן, זייענדיג מסיים מיט דברי ברכה פאר אלע לומדי הכולל.
נאך תפילת מנחה איז דער רב אנגעקומען צו די לאקאל פונעם סאטמארן בוטשער "סאטמאר פלייש" וואס איז געעפנט געווארן אין די לעצטערע יארן, אין באגלייטונג פונעם רב המכשיר הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א מו"ץ בבית הוראה, די מענעדשמענט, און חברי הנהלת הקהילה. דער רב שליט"א האט זיך אומגעקוקט צוערשט אויף די מילכיגע דעלי, דערנאך אויף די פלייש געשעפט, און קובע געווען א מזוזה אויף די נייע צוגעבויעטע אפטיילונג. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי מען האט ארומגערעדט איבער די פילע חומרות והידורים וואס זענען איינגעפירט געווארן אינעם בוטשער, און איבער דער גזירות אויף שחיטה אין קאנאדע די לעצטע תקופה, דער רב האט געטרונקען לחיים און ווארעם געוואונטשן פארן רב המכשיר, חברי הנהלת הקהלה און די ארבייטער פונעם פלייש געשעפט.
שליסנדיג דעם געהויבענעם באזוך ושבת התרוממות, איז פארגעקומען א כינוס התעוררות והתחזקות פאר די בני הקהילה, וואו עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה הרה"ג רבי יהודה שטערן שליט"א ראש הכולל, און דערנאך האט מען געהערט א לענגערע גאר יסודות'דיגע דרשה פונעם רב שליט"א, וואס האט ארומגערעדט דברים כדרבונות, און יסודות החיים. זייענדיג מאריך מיט דברי מוסר והתעוררות איבער פארשידענע וויכטיגע נושאים אין אידישקייט, ווי קביעות עתים לתורה, מסורת אבות, התרחקות פון גשם און מחנה מגושמים, זהירות פון די כלים הטמאים, כח התפילה פון א איד, און נאך פיל.
מאנטאג צופרי אין די פארטאגס שעות האט דער רב שליט"א געדאוונט תפילת שחרית בבית המדרש הגדול, און דערנאך פארלאזט די שטאט מאנטרעאל, איבערלאזנדיג א שטארקע רישומא דקדושה מיט עמערס חיזוק און התרוממות הנפש פאר אלע חברי הקהילה, אין וועמענס הערצער עס איז פארבליבן איינגעקריצט מיט גאלדענע אותיות, דעם לעכטיגן שבת וואס מען האט מיטגעלעבט.
Comments