top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשת חבר כחבר: פילע באטייליגטע ביי לוי' פון הרבנית מסאסרעגן ע"ה אין בארא פארק

זונטאג פ' תולדות כ"ג חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

הונדערטער אידן האבן פאריגע וואך באגלייט למנוחות האשה הצדקנית - אשת חבר, הרבנית מסאסרעגן ע"ה אלמנת כ"ק אדמו"ר מסאסרעגן זצ"ל, וועלכע איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין טיפן עלטער פון הונדערט יאר.


ביי די לויה וואס איז פארגעקומען מיטוואך נאכט פארנט פון ביהמ"ד ספינקא אויף די 18'טע עוועניו אין בארא פארק - בית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א אן איידעם פונעם נפטרת, האבן מספיד געווען אירע קינדער: הגה"צ אבד"ק באבוב-45, כ"ק האדמו"ר מבריזדוביץ שליט"א, הגה"צ אב"ד קאלאמיי שליט"א, חתנה כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, און א פלאמעניק הגה"צ ר' יהושע שלום ווייס אב"ד ספינקא בן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א. דערנאך האט געזאגט פרקי תהילים נכדה הרה"ג ר' בנציון רובין בנו יחידו פון הגה"צ אבד"ק באבוב-45 און קל מלא רחמים דורך נכדה הגה"צ ר' חיים שלמה רובין שליט"א אב"ד ראדאוויץ בן האדמו"ר מבריזדוביץ.


צומארגנס דאנערשטאג צופרי איז פארגעקומען די לויה פארנט פון סאסרעגן ביהמ"ד אין פלעטבוש, ווי אלע קינדער האבן ווידער אויפגעטראטן מיט דברי פרידה, און ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן פון די חשובע נפטרת, אירע מעשי צדקה וחסד און הכנסת אורחים. דערנאך האט געזאגט פרקי תהילים נכדה הרב ברוך רובין בן הגה"צ אב"ד קאלאמיי שליט"א און קל מלא רחמים דורך נכדה הגה"צ ר' צבי הירש ראבינאוויטש אב"ד באבוב 45 מאנסי בן האדמו"ר מדינוב וחתן אבד"ק באבוב-45.


צווישן די מלווים האבן זיך אנגעזעהן האדמור"ים מבאבוב 45, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, זוועהיל ארה"ב, קארלסבורג, ברעזשאן און נאך.


פון דארט איז די מיטה געפירט געווארן קיין ארץ הקודש לקבורה. אנקומענדיג אינעם לוד לופטפעלד האבם מספיד געוועהן די קרובי המשפחה הגה"צ ר' יהושע זעהבלאד אב"ד אלשטאט און האד"ר מזידיטשויב פתח תקוה. בפניא דמעלי שבתא איז דער נפטרת געברענגט געווארן לקבורה אויפן אלטר בית החיים אין שטאט צפת.





























Comments


bottom of page