top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסטראנאמישע "מיליאן דאלער" פאר אויפבוי פון נייעם פרעכטיגן סאטמארער ביהמ"ד "יטב לב" שכונת יוניאן אין מאנסי

דינסטאג פ' קרח • כ"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען אין מאנסי א רייכן באנקעט לטובת דעם גמר המקח פאר׳ן ביהמ״ד החדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת יוניאן, וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון הרה״ח ר׳ וואלף פאללאק הי״ו, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וגיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.


דער יושב ראש הרה״ח ר׳ מאיר מרדכי בערקאוויטש הי״ו האט געעפענט די מעמד מיט פאסיגע דברי פתיחה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש ארומרעדנדיג איבער די חשיבות פון אויפבויען אזא מקום תורה ותפילה און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה״צ גאב״ד סאטמאר מאנסי שליט״א, און דער גאנצער ציבור איז אדורך ווי דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און געוואונטשן ברכת קדשו. נאכ׳ן מסיבה זענען פאר א לענגערע צייט אריין בקודש פנימה פילע נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרעסערע סכומים לטובת הביהמ״ד, וואס האט דערגרייכט צום פאנטאסטישן סומע פון איבער א מיליאן דאללער.

































Comments


bottom of page