מוצאי שבת פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט א רגש של שמחה איז אפגעראכטן געווארן די שמחת החתונה בחצר הקודש ווערדאן, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן פע"ח בן כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק, עב"ג די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יצחק אייזיק שנעעבאלג שליט"א אבד"ק ממחנובקא בעלזא וויליאמסבורג, די שמחה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר און די זאלן פון כתר ריזל און וויליאמסבורג.
די מעמד הקבלת פנים איז פארגעקומען מיט גרויס דערהויבנקייט, מיט דברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו. ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע הגה"צ אבד"ק יעמרינג שליט"א, קריאת הכתובה דער פעטער פון חתן כלה הגה"צ אבד"ק אודווארי שליט"א, ברכות ראשונות, די פעטער'ס: כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, הגה"צ אבד"ק מאגרוב שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א ראש ישיבת באבוב. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אויפן בימת החופה.
דורכאויס די סעודת החתונה זענען הונדערטער חסידים ומעריצים דורך ביים מחותן דער אבי החתן כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א - ובראשם אדמור"ים רבנים ואנשי שם - אפצוגעבן דעם ברכת מזל טוב, וואו די רבי שליט"א האט יעדן אויפגענימען במאור פניו, בשעת די ריקודין האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א גאר א געהויבנער ריקוד מיט אחיו וגיסיו הרבנים שליט"א. מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן לכבוד די שמחה.
נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום געהויבנעם 'מעמד המצוה טאנץ', בדחנא דמלכא ר' יושע ברוך גראס הי"ו האט אויפגערופן צום עבודת הריקודין דער זיידע הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א ראש ישיבת באבוב, דער זיידע הגה"צ אבד"ק יעמרינג שליט"א, און דערנאך מכבד געווען מיט א מצוה טאנץ כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א.
עס איז שוין געווען נאך חצות הלילה ווען מען האט אויסרופן דער רבי שליט"א, וואו דער בדחן האט ארויסגעברעגנט די פילע פעולות נשגבות פונעם רבי'ן שליט"א דער ממשיך השלשלת, וואס יומם ולילה לא ישבות פאר יעדע אידיש קינד אין יעדע מצב באשר הוא שם, בפרט מיטן משפיע זיין און דערהייבן בחורים און אינגעלייט אריינצוגעבן אין זיי א טעם אין א דאווענען און א העכערע באדייט אין עבודת השם, און מעורר מעורר געווען זכות אבות, בזכות יוסף צדיקיא - כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצוק"ל וועלכער קומט אראפ צו די שמחה אינאיינעם מיט די אבות הקדושים ולמעלה בקודש.
דער רבי שליט"א האט דאן אנגעהויבן דעם ווארימע 'ידיד נפש' און דערנאך אפגעראכטן די עבודת הריקודין ביי די התרגשות'דיגע מצוה טאנץ, פאר א לענגערע וויילע איז דער רבי שליט"א געטאנצן מיט בנו החתן נ"י, דערנאך האט די רבי שליט"א מכבד געווען אחיו וגיסיו הרבנים שליט"א צו טאנצן לקראת הכלה. עס איז שוין געווען און די שפעטע נאכט שטונדן ווען די הונדערטער באטייליגטע האבן זיך צושפרייט מיט געהויבענע געמיטער מיטנעמנדיג מיט זיך פולע השפעות טובות פון די שמחת בית צדיקים.
Comments