מיטוואך פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
יהדות אייראפע לבשי בגדי תפארתך!
חסידי סאטמאר לענגאויס אייראפע רישן זיך מיט אויסערגעווענליכע שמחה והתרגשות צום ביקור הוד ומרומם דורך מלכם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס נעמט אונטער א מסע קודש קיין אנטווערפן, לרגל די היסטארישע פראיעקטן פון הרחבת גבולי הקדושה בקרב הקהלה והמוסדות, א ביקור וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס ימי התעלות והתאחדות פאר חסידי סאטמאר תושבי אייראפע וואס וועלן קומען צו פארן פון איבער אייראפע, מיטצולעבן די לעכטיגע ימי ביקור בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.
דער יעצטיגער באזוך פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א קומט פילע יארן נאכ'ן לעצטן מסע הקודש אין אייראפע, און דער ציבור לעכצט ארויס לקבל את פני הקודש און זיך ווארעמען בצל קדשו בתוככי אנטווערפן.
דער הויפט צוועק פונעם באזוך איז צו באשיינען דעם מעמד "הנחת אבן הפנה" ביי די היסטארישע אונטערנעמונג איבערצובויען דעם "ביהמ"ד הגדול" דקהל יטב לב דסאטמאר אין אנטווערפען, ווען די בוי-ארבעט איז שוין אפיציעל אריין אין קראפט, אויסצוגראבן דעם גאנצן שטח אנצוגרייטן דאס גיסן די מעכטיגע פונדאמענטן פונעם בית גדול רם ונשא, וגדול יהי׳ כבוד הבית הזה לה׳ ולתורתו!
דער הויכפונקט פונעם באזוך וועט טאקע זיין ביים מעמד אדיר "הנחת אבן הפינה" וואס וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן דינסטאג וישלח אויף א פייערליכן פארנעם אין די גיגאנטישע זאלן פון "בית רחל", און וועט דינען אלס "כינוס חסידי סאטמאר באייראפע" בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, מיט דער באטייליגונג פון כל קהלא קדישא חסידי סאטמאר תושבי אנטווערפען, און די הונדערטער חסידים פון איבער גאנץ אייראפע, לאנדאן, מאנטשעסטער, וויען, ציריך, שווייץ, כולם נקבצו באו ובקול רנה ותודה המון חוגג.
צווישן די העפטיגע הכנות צום מעמד ארבעט העפטיג די עסקנים-באזע אין לאנדאן און מאנטשעסטער, צו לאדענען בכבוד הראוי די ראשי הקהילה, נדיבים בעם, בונים ומקימים, העומדים לימין קדשו פונעם רבי'ן שליט״א, צו קומען צו פארן מיטהאלטן דעם מעמד קידוש שם שמים.
דער מעמד הגדול "הנחת אבן הפינה", וועט קאָמבאַנירט ווערן בשמחת התורה מיט א פייערליכן "סיום מסכת חולין במסגרת זכרו אייראפע", וואס הונדערטער סאטמארער חסידים ברחבי אייראפּע האבן זוכה געווען צו דורכלערנען און מסיים זיין אין די ראַמען פון די הייליגע חבורה.
די עסקנים זענען שוין די היינטיגע וואך געזעסן איבער די פּלענער פונעם "בית רחל" אויסשטעל, צו זען וויאזוי מ׳קען דערפון ארויסנעמען די מאקסימום, און אויסארבעטן דעם סדר המעמד גענוי אז די מקהלות עם זאלן קענען מיטהאלטן און שעפּן הויפנס תענוג רוחני, ובפרט מיטהאלטן דעם משא הקודש לכל קהל עדת סאטמאר אייראפע.
סאטמאר אייראפע הכונו הכונו! גדול יהי׳ כבוד המעמד!
Comments