דאנערשטאג פ' מצורע • י' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם דינסטאג נאכט איז פארגעקומען א שיינעם מעמד 'שמורים לדורותם' בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיוחד פאר די נדיבים בעם וועלכע האבן זיך געלאזט קאסן פון 12,000 דאללער און ארויף לטובת דעם רבינס צדקה קאסע 'מפעל שקל הקודש', אין לויף פון שנת תשפ"ד. עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה די דיין הרה"ג רבי סנדר אוסטערליץ שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דערנאך זענען אלע נדבנים דרוך אל מול פני הקודש, און די רבי האט פארטיילט צוויי מצות אויף יו"ט פסח פאר יעדן פון די נדיבים, און מאציל געוועהן מברכת קדשו.
Comentarios