מאנטאג פ' תצוה • י' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
מיט א רגש של שמחה האבן טויזנטער סאטמארער חסידים מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן פון שמחה, די שמחת נישואין פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין א אייניקל ביי גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר-מאנטרעאל שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם מיטוואך העעל"ט אין שטאט קרית יואל. די שמחה האט אויסגערופן א געוואלדיגן רגש ביים ציבור חסידי סאטמאר, זייענדיג צום ערשטן מאל די געלעגענהייט מיטצוהאלטן א שמחה בחצר הקודש, ביי וועלכן דעם רבינס שוואגער הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטרעאל שליט"א איז א זיידע ביי די שמחה.
נאכמיטאג איז די זיידע די סאטמאר רבי שליט''א ערשינען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה, אין נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך. ביים קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, אין די בדחן האברך ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה.
נאכן טרינקען לחיים האט די רבי שליט''א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און ארויסגעברענגט אז אביו הרה''ק בעל ברך משה זי"ע פלעגט בענטשן די חתן און די כלה פאר די חופה, און יעצט אז סיי די חתן און סיי די כלה זענען אייניקלעך פון מר אביו איז זיכער אז ער איז יעצט דא און בענטשט די חתן און כלה און די גאנצע ציבור.
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה. ביים מעמד החופה האט די ראש בית אב די רבי שליט"א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין די שוואגער הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א זיידע פון חתן, עדי קידושין: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער - רב דביהמ"ד דברי חיים, און הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וויליאמסכורג. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן כ"ק האדמו"ר משינאווא שליט"א עלטער פעטער מצד החתן, מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א אין ברכה אחריתה הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א אב"ד חוות דעת - פעטער מצד הכלה. נאכן חופה האט כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעוואונטשן אלע משתתפים ביי די שמחה אין זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס אין מחותנים.
ביים חופה האט זיך משתתף געווען די פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער סאטמאר רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן די שוואגער די סקווירא רבי לרגל די חתונה פון די ערשטע איר אייניקל וואס איז פארגעקומען בעת דער רבי האט געוויילט אויף מנוחת הנפש.
א קורצע צייט נאכן חופה איז דער רבי ערשינען צום סעודת החתונה אינעם ביהמ''ד הגדול, וואו דער ציבור לאלפים האט מקבל געוועהן פני קדשו בשירה וזמרה. די רבי איז געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, דאן איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן. בשעת די ריקודין האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד, אין איז צוריקגעקומען אין ביהמ''ד צום בענטשן, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ אב"ד סאטמאר 15טע עוו. שליט"א, אין ברכה אחריתא: הרה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א, א עלטער פעטער פון די חתן.
דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט חתנו הגה"צ רבי העניך אשכנזי אב''ד אבני צדק ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי הרה''ק בעל ברך משה זי"ע, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א און דערנאך צוזאמען מיט אחיו הגה''צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, און דערנאך די אבי החתן הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א און אבי הכלה הגה"צ אב''ד אבני צדק, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער, און עקסטער מיט די קינדער פון הגה"צ דומ"ץ ויואל משה זצ"ל. דערנאך האט די בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און אויסגערופן די חתן כלה.
Comments