top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עוברים לפניו כבני מרון • קבלת קהל ביי האד' מצאנז אין עיה"ק ירושלים פארצויגן גאנצע ניין שעה נאכאנאנד | בילדער

זונטאג וזאת הברכה א' • ד' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: משה גולדשטיין

 

פארגאנגענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים כמידי שנה בשנה אויפצונעמען קהל עדת צאן מרעיתו תושבי קרתא דשופריא לרגל די ימי הרחמים והרצון. ביים אנקומען לבית מדרשו אין קרית צאנז ירושלים האט די רבי צום ערשט אויפגענימען די אלמנות פון די קהילה, דערנאך איז געוועהן קבלת קהל פאר די חסידים קרוב צו ניין שעה נאכאנאנד. בשעת די זמני כניסה איז די רבי אריבער צום שטוב פון גיסו הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א קעגן איבער די גאס, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פון זיינס א אייניקל, א טאכטער ביי זיין איידעם הרה"ג ר' יהודא דייטש שליט"א, דערנאך איז די רבי צוריק אין ביהמ"ד און ווייטער אויפגענימען דעם ציבור ביז קרוב צו פיר אזייגער פארטאגס.


בין הנכנסים לקודש פנימה איז אריין הגאון הגדול רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון, הגאון רבי דוד יוסף קאנדידאט אלס רב הראשי אין מדינת ישראל, האדמו"ר מדינוב ירושלים און שלוחי דרבנן ר' מאיר פרוש, אזוי אויך זענען אריין א משלחת רבנים ועסקנים פון קרן עולם התורה.









Comments


bottom of page