top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מכון לשבתיך • פרעכטיגער מעמד חנוכת הבית פאר 'ת"ת קדושת אליעזר סקאליע' אין בארא פארק

זונטאג פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

חסידי וידידי בית סקאליע זענען נאך אונטער די טיפן רושם, פון דעם מעמד אדיר 'חנוכת הבית' פאר'ן נייעם בנין הת"ת, וועלכע איז פארגעקומען דעם מוצ"ש אין די שפאגל נייע 'סקאליע ת"ת זאל', וועלכע געפונט זיך אין די נייע געביידע.


ווי ברייט באקאנט, האט זיך מיט צוויי יאר צוריק געעפענט אין בארא פארק, 'ת"ת קדושת אליעזר סקאליע' בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וועלכע איז געאייגענט פאר קינדער וועמענס עלטערן פארמאגן נישט קיין סמארט-פאן אדער סיי וועלכע אנדערע אומ-אויסגעהאלטענע טעכנעלאגישע כלים, ווי די קינדער ווערן נתחנך על פי דרך החסידות לויט די אויסגעטראטענעם מהלך פון מרן הבעש"ט הק' ותלמידיו הקדושים. שמו הטוב הלך לפניו און די קלאסן זענען איבערגעפולט מיט צענדליגע קינדער פון די שענסטע שטובער, מסלתה ומשמנה פון שטאט בארא פארק.


אין לויף פון די לעצטע צוויי יאר זינט די התייסדות, זענען די תלמידים אריבער גולה אחר גולה פון איין געדינגענעם לאקאל צום צווייטן, און אצינד נאך די שווערע הארעוואניע פון די הנהלת המוסדות איז מען אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, צו א מקום רחבות ידים, וועלכע ענהאלט צען קלאס צימערן, א גרויסע חדר האוכל, שפיל צימער, אפיסעס און פיל נאך, להרחבת המחנכים והתלמידים.


אצינד האט מען מחנך געווען דעם נייעם בנין הת"ת וועלכע געפונט זיך אויף מיקדאנעלד עוועניו - הארט נעבן די סקאליע ביהמ"ד, און אין די זעלבע צייט האט מען אויך באנייעט די שפאגל-נייע 'סקאליע חדר זאל' וועלכע געפונט זיך אין דעם נייעם בנין, און וועט סערווירן דעם היימישן ציבור פון בארא פארק און די אומגעגענט מיט א הערליכע זאל צוגעשטעלט לויט די היינטיגע סטאנדארטן, אויף די שענסטע פארנעם און בעסטע קוואליטעט. ועל כולם, אז דער זאל פארמאגט מיט זיך מערערע מעלות ווי ביליגע פרייזן, סטריט לעוועל, מ'קען באשטעלן ביז קרוב צו הונדערט קאפעל'ס, און נאך פיל.


דער יו"ר ר' יהושע בוים הי"ו מחשובי אנ"ש האט איינגעלייטעט די מעמד מיט פאסיגע דיבורים איבער די שעת הכושר אין וואס מיר געפונען זיך אצינד, ווען מ'גייט מחנך זיין א נייעם בנין ווי עס וועלן נתחנך ווערן צעירי הצאן על דרך בית סקאליע. דערביי האט ער אויסגערופן אחד מותיקי אנ"ש הרה"ח ר' אליהו געלבשטיין שליט"א פון מאנסי, וואס האט נאך אלס בחור זוכה געווען וואוינענדיג אין קווינס, אריינצו-וואקן ביז קיין וויליאמסבורג, מיטצוהאלטן די טישן פרייטאג צונאכט'ס און שלש סעודות ביים רבי'ן זי"ע. ר' אלי' האט איבערגעגעבן פאר'ן ציבור האר-אויפשטעלנדע עובדות וואס ער זעלבס האט בייגעוואוינט ביים רבי'ן זי"ע.


אין א זעלטענע שריט, איז כ"ק מרן רבינו שליט"א יצא מגדרו און האט איבערגעגעבן א ספעציעלע 'פלעג' - 'פרס הכרת הטוב', פאר ידידינו בונה ומקים עולמות של תורה הרבני הנגיד  ר' חיים צבי אילאוויטש הי"ו וועלכע האט נאך זוכה געווען צו דינען אלס משמש בקודש ביים רבי'ן זי"ע, ביי וועמען ער האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה. דערביי האט זיך דער רבי ווארעם באדאנקט פאר ר' חיים, אויף זיין ברייטהארציגע נדבה לטובת די מוסדות. דאן האט אויפגעטראטן ר' אהרן ישעי' שניצלער שליט"א מחשובי אנ"ש און פון די חשובע עלטערן פון די מוסדות, וואס זיין פאטער האט זיך נאך געווייקט ביים רבי'ן זי"ע, וועלכע האט איבערגעגעבן א לעבעדיגע עדות פון א טאטע אין די מוסדות, איבער די געוואלדיגע ארבעט וואס די מלמדים לייגן אריין אין די קינדער און ווי די חינוך עס דערקענט זיך אין שטוב.


דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וועלכע האט ערווענט אז דער זיידע הרה"ק ר' אליעזר חיים מיאמפאלי זי"ע וואס די תלמוד תורה איז נקראת על שמו, האט נאך בימיו אין די בראשית יארן אין אמעריקא מייסד געווען א תלמוד תורה, און די יעצטיגע ת"ת איז א המשך פון די הייליגע פעולות פונעם זיידן אין א בחינה פון באר חפרוה אבותינו. דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די חשובע תורמים וואס האבן די זכיה אויפצוהאלטן דעם מקום קדוש. צום שלוס, איז דער גאנצע ציבור אריבער אל מול פני הקודש און מקבל געווען א פעשל האניג מידי הקודש פון כ"ק אדמו"ר שליט"א און דער רבי האט מכבד געווען מיט בענטשן הנגיד ר' חיים צבי אילאוויטש הי"א. נאכן בענטשן האט זיך די אויבן אן אויפגעשטעלט אין א ריקוד א שטיק צייט, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.


איידער די מעמד, האט דער רבי געקלאפט א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג און אויך מכבד געווען די קרובי המשפחה אייניקלעך פון הרה"ק בעל אמרי ברוך מסקאליע זי"ע, צווישן זיי: אב"ד יאזלאוויץ, אדמו"ר מאלעסק, אב"ד טאקיי, אב"ד חוסט, הרה"צ ר' שמעלקא לייפער מחסוט ויו"ר מכון אור המאיר, אזוי אויך אדמו"ר מאונגוואר, אדמו"ר מסטרעטין, אדמו"ר מאוסטארוו קאלאשין און נאך.











Comments


bottom of page