זונטאג פ' נצבים - וילך • י"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
א מערקווירדיגע געשעעניש האט זיך אפגעשפילט דעם פארלאפענעם שבת כי תבוא בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, ווען צום ערשטן מאל אין פערציג יאר, ווען דער רבי שליט"א איז ארויף על כס הרבנות אין קרית יואל, האט דער רבי די וואך נישט עולה געווען מיט די עלי' פון שישי.
דאס איז געקומען אין ליכט פון דעם ריבוי השמחות בליעה"ר בצל הקודש, ווען עס האבן געדארפט עולה זיין 12 חתנים, און אנדערש ווי א געווענליכע וואך ווען מ'קען מאכן הוספות, איז פרשת כי תבוא געצוימט פון מאכן הוספות, וויבאלד א גרויסע חלק פון די סדרה איז די תוכחה, וואס מ'איז נישט מפסיק אינמיטן, איז אויסגעקומען אז ס'איז דא פונקט גענוג עליות צו צעטיילן פאר די אלע 12 חתנים, אן קיין איבריגע עלי' פאר'ן רבי'נס עלי' פון שישי.
שבת צופרי פאר'ן דאווענען האבן די גבאי ביהמ"ד פארגעלייגט די שאלה פאר'ן רבי'ן און פאר הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל, איבער די סיטואציע, און איבער א מעגליכקייט פון איבערליינען א פסוק, כדי צו קענען אריינשטופן נאך א הוספה, אדער זאל מען מסדר זיין אז איין חתן זאל עולה זיין אינעם מנין קריאת התורה אינדרויסן. דער רבי האט אויפ'ן פלאץ רעאגירט אז ער פארשטייט פארוואס מ'איז בכלל דן, ער איז דאך נישט קיין חיוב, וועט דער חתן עולה זיין ביי זיין עלי' פון שישי!
הערנדיג די הוראה מפורשת פונעם רבי'ן, האבן די גבאים מסדר געווען אלע עליות פאר די חתנים, און צום באגייסטערונג פונעם ציבור האלפים האט מען מיטגעלעבט די זעלטענע ערשיינונג, ווען דער רבי איז נישט עולה צו שישי, און אנשטאט איז עולה א חתן.
אבער אזוי ווי דער רבי האט שוין מיט יארן צוריק איינגעפירט, אז בעלי שמחה וואס געבן א נאמען להולדת הבת, באקומען נישט קיין עלי', נאר זיי קומען ארויף נאכ'ן רבי'נס עלי', און דער רבי מאכט זיי דעם מי שברך וקריאת השם, האט מען מסדר געווען אז דער רבי זאל דאסמאל גיין הגבה, און דאן געמאכט די מי שברך'ס פאר די פילצאליגע בעלי שמחה.
שפעטער ביי מנחה איידער שלש סעודות, האט זיך די אייגנארטיגקייט ווייטער געשפינט ווען דער רבי האט אנשטאט עולה זיין צופרי, עולה געווען צו שלישי, אנדערש ווי א געווענליכע וואך ווען דער רבי גייט הגבה ביי מנחה.היסטאריע: האד' מסאטמאר נישט עולה געווען 'שישי' צום ערשטן מאל זינט ארויפגיין לכס הרבנות ואדמורו"ת.
Comments