top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע באזוך פון האד' מסקווירא מב"פ אין 'מחנה סקווירא' אין וואודריטש

מאנטאג פ' בלק • ט' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

דעם שבת האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון בארא פארק אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די יונגל קעמפ 'מחנה סקווירא' אין וואודרידזש און דארט געפראוועט א דערהויבענע שבת מיט די באטייליגונג פון די תושבי המחנה.


פרייטאג ביים אנקומען אין קעמפ האבן די ילדי תשב"ר און בחורי חמד מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן מיט פענער אין די הענט זינגענדיג ניגוני שמחה. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין די אודיטוריום ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד קבלת פנים'. מ'האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אויפגעטראטן מדברות קדשו און איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די קינדער לימי הקיץ. דאן זענען די קינדער אריבער מקבל זיין לקח ביים רבי'ן.


די שבת איז אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט. צו קבלת שבת האט דער רבי צוגעשיקט אחיו הרה"צ ר' פינחס טווערסקי שליט"א, און דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו מוסף. מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען די 'מעמד הבאגלייטן' בתופים ובמחולות, ווי די ילדי תשב"ר ותושבי המחנה האבן אהיימבאגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש בשירה ובזמרה. אנקומענדיג צום טעראסע פארנט פון מעון הקודש, האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו לכל הקהל הקודש און דער ציבור איז ווייטער געבליבן טאנצן א שטיק צייט.


צומארגענס זונטאג איז דער רבי אנגעקומען אויף א מעמד 'קביעת מזוזה וחנוכת הבית' ביי די נייע צוגעלייגטע פליגל פון די דאמעטארי געביידע אין קעמפ, וועלכע איז הערליך אויסשטאפירט געווארן מיט אלע באקוועמליכקייטן און באדערפענישן פאר די צאן קדשים ילדי המחנה. דער רבי האט קובע געוועהן די מזוזה ביים הויפט-אריינגאנג און איז אריבער אין אלע צימערן אין באגלייטונג פון די חברי הנהלה. דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי מ'האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט פארטיילט לקח פאר די הנהלת המחנה. פון דארט איז דער רבי אריבער צו די שטח פון די נייע גרויסע פארקינג לאט וואס מ'האט געבויעט היי-יאר און די חברי הנהלה האבן צוגעוויזן פארן רבי'ן די פלענער אויפצובויען א נייע 'חדר אוכל' פאר די ילדי תשב"ר.




Comments


bottom of page