top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד ביי חסידי באבוב אין ארה"ק מיט אפקויף פון גרויסע שטח פאר ביהמ"ד גדול ומפואר דק"ק באבוב אין בית שמש

מאנטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

חסידי באבוב תושבי בית שמש זענען אין די יעצטיגע טעג איינגעהילט אין א פרייליכע אטמאספער, ווען עס איז געלונגען נאך גרויס מיה און פלאג צו ערהאלטן א גרויסע שטח רחבת ידים, צו אויפבויען א גרויסע ביהמ"ד מפואר פאר חסידי באבוב תושבי בית שמש.


אין די לעצטערע יארן האט זיך צוביסלעך אנטוויקעלט א שיינע באבובער קהילה אין שטאט בית שמש, ווען א חשובע חבורה פון חסידי באבוב איבער ארץ הקודש האבן זיך געצויגן צו די נייע ישוב אין די רמה ד' געגענט אין שטאט. פון צייט צו צייט קומט מען זיך צוזאם אויף די תפילות ליל שבת און אויף פארשידענע מעמדים אויף א צייטווייליגן אופן, און עס האט זיך שוין לאנג אנגעזען דאס געברויך אהערצושטעלן א געהעריגן מקום צו קענען דאווענען און לערנען און זיך אינאיינעם צוזאמקומען אומגעשטערט מיט א רואיגקייט.


מיט גרויס סייעתא דשמיא איז בס"ד געלונגען נאך גרויסע שתדלנות פון די עסקנים, צו ערהאלטען א גרויסן שטח אויפצובויען א בית מקדש מעט, א גרויסע הערליכע ביהמ”ד פאר חסידי באבוב אין שטאט בית שמש, אין צוגאב צום בית המדרש באבוב וועלכע געפינט זיך אין רמה ב' אין שטאט וואס איז א היבשע מהלך צו גיין. ווי די פלענער לויטן, וועט אויפגעבויט ווערן אויפן שטח א פראכטפולע בנין ביהמ"ד מיט אלע צוגעהערן וואס א קהילה נאה וחסידה ברויכט צו האבן, א הערליכע מקוה טהרה, עטליכע חדרי התפילה, און א גרויסער היכל ביהמ"ד מיט צענדליגער זיץ ערטער.


לרגל דעם פריידיגן מאמענט איז פארגעקומען א שיינער מעמד 'אבני יסוד', ווי עס זענען זיך צאמגעקומען חסידי באבוב תושבי העיר צו דאנקן און לויבן דעם באשעפער על כל הטוב ביז אהער, און מיטן ציל צו אנשליסן די חסידי באבוב פון שטאט זיך אונטערצונעמען סכומים אדירים, לטובת די מאסיווע פראיעקט אויפצובויען אן אייגענע ווינקל לתורה לתפילה ולחסידות בדרך הסלולה. די מעמד איז באשיינט געווארן מיט די השתתפות פון הגה"צ אבד"ק קרית באבוב שליט"א, וואס האט אויפגעטרעטן לכבוד המאורע. ווי אויך האט מען געהערט א שיינע דרשה פון הרה”ג ר' אפרים ישראל ענגלארד שליט”א, ראש כולל באבוב אין בית שמש. דערנאך האבן אויפגעטרעטן עטליכע עסקנים, וואס האבן פה אחד ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אן אייגענע שטיבל, און די חשיבות פון אויפבויען א מקום לתורה ולתפילה וואס וועט זיין א לייכטורעם פאר חסידי באבוב אינעם געגענט, און געגעבן גוטע עצה'ס און מיטלן ווי אזוי צו שאפן די נויטיגע גרויסע געלטער.

Comments


bottom of page