דאנערשטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: באדיבות המצלם
אשרי עין ראתה קהל קדושים ששים ושמחים בשמחת בית צדיקים, מיט געהויבענע געפילן פון התרוממות של שמחה, איז די וואך געפראוועט געווארן אין עיר הבירה לאנדאן די גרויסע רבישע חתונה אינעם באיאנער הויף ווי הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי לאנדאן האבן געהאט די געלגענהייט מיטצוהאלטן געהויבענע שעות פון שמחה והתרוממות הנפש אין די יעצטיגע טעג ווען דער לאנדאן'ער אידנטום לעבט מיט גאר געהויבענע ימי הוד, בזמן שהצדיק בעיר, מיט'ן גייסטרייכן באַזוך פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער האט זיך מטריח געווען בטרחיה דגברא רבה מפאר צו זיין על ראש שמחתו ביי די חתונה פון א אייניקל, האפנדיג צו שעפן ישועות ונחמות פון די השפעות קדושות וואס קומט אראP משמי מעל בעת א שמחה בבית צדיקים.
ביי די שמחה האבן זיך אנגעזעהן הונדערטער חסידי באיאן וועלכע זענען געקומען צו פארן מרחוק ומקרוב לשוש ולשמוח בשמחת רבם ומאורם, און אזוי אויך די אורחים הדגולים בני משפחת המלוכה וועלעכע זענען געקומען צופארן מארצות הגולה צו באשיינען די שמחה, די געהויבענע זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, און זיינע חשובע שוואגער'ס האחים האדמורי"ם שליט"א לבית סקולען, אזוי אויך האחים האדמורי"ם מסאדיגורא ירושלים, סאדיגורא לאנדאן, הרה"צ רבי שמעון מנחם נחום פריעדמאן מסאדיגורא, און די ברודער הרה"צ רבי דוב בער פריעדמאן מטשארטקוב אנטווערפן און הרה"צ רבי ישראל פריעדמאן מטשארטקוב מאנטשעסטער, שלוחי דרבנן ר' מאיר פרוש הי"ו און זיין זון ר' ישראל פרוש הי"ו, אויך האבן זיך אנגעזעהן במשך די שמחה די צענדליגער אדמור"י ורבני העיר.
צום באשטימטן צייט איז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט די חתן די שושבינין און די זיידעס אין ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא וואס איז אויסגעשטעלט געווארן מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס, די קאפעליע האט געזינגען ווארעמע חסידישע ניגונים א לענגערע צייט, מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן הגה"צ רבי זאב פעלדמאן רב דקהל תורה עץ חיים אין לאנדאן. נאכן קבלת פנים איז דער גאנצער ציבור ארויס צו די חופה ברחובה של עיר, אויף די קלעפן קאממאן גאס וואס איז געווען שווארץ פונעם ריזיגן ציבור וואס האט מיט אן ערענסטקייט מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן, מען האט געזינגען ניגוני דבקות והתעוררות, ביים חופה האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע איז אנגעקומען מלובש בבגדי שבת זייענדיג א קרוב משפחה מצד החתן.
בשעת די חופה האט די משמש בקודש הרב בערל ראבינאוויטש מעורר געווען דעם ציבור מתפלל צו זיין לרפואתו השלימה פונעם פעטער ביי די שמחה כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ רבי דוד האלפרין גאב"ד הענדאן, די עדי קידושין זענען געווען הגאון רבי הערשל ראבינאוויטש ר"י באיאן, און הגאון רבי שלמה דוד קליין דומ"ץ בעלזא לאנדאן, קריאת הכתובה די פעטער הגה"צ רבי אהרן גרינפעלד דומ"ץ בעלזא מאנטשעסטער, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, און די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, הגה"צ אב"ד וויטקא, און הרה"ג ר' יוסף הירשלער מגיד מישרים, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, נאכן מעמד החופה האט זיך די רבי שליט"א באגריסט מיט די געהויבענע געסט און געוואונטשן מזל טוב, דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגער מחול לצדיקים בשעת ווען די גאנצע ציבור הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע בשבח והודאה להשי"ת שהחיינו וקיימנו והגיענו לעת כזאת, דערנאך האט דער רבי שליט''א אנגעוואונטשן מברכת קדשו לכל הקהל הקודש.
נאכן חופה איז די באיאנע רבי שליט"א צוריק צום אכסניה, און די פעטער'ס האדמורי"ם לבית סקולען זענען אריבער צום ביהמ"ד חרדים אויף תפילת מעריב נאכגעפאלגט מיט א שולחן לחיים און מעמד קבלת פנים. צום באשטימטן צייט איז די באיאנער רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן קאליסיום סיוט זאל, און איז אנטפאנגען געווארן לקול תרועת השמחה , די רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין מיט די חתן, דערנאך מיט די זיידע האדמו"ר מסטרעליסק, און מיט בנו די מחותן הרה"צ רבי יוסף ברייאר שליט"א, וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בשלהבת אש קודש, שוועבנדיג אין העכערע ספערן אין די עולם השמחה.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרב יעקב שרייבער שווער פונעם מחותן הרה"צ רבי יוסף ברייאר, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס האדמורי"ם לבית סקולען, הגה"צ רבי חיים האלפרין אב"ד דברי חיים לאנדאן, הגאון רבי ישעי' שלעזינגער רב שער התפלה לאנדאן, און ברכה אחריתא הגה"צ רבי חיים מיכאל ביבערפעלד אב"ד טשארטקוב לאנדאן, נאכן בענטשן האט מען געדאוונט מעריב, און נאך א קארצע הפסקה איז די באיאנער רבי צוריק ערשינעם צום מצווה טאנץ.
איידער די מצוה טאנץ האט דער משמש בקודש הרב בערל ראבינאווטש ווידער אויסגערופן און מעורר געוועהן דעם ציבור בהאי עידנא דחדוותא צו מתפלל זיין און איינרייסן רחמי שמים לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א א פעטער ביי די שמחה, וואס איז פריער אין טאג אריינגענימען געווארן אין שפיטאל נאך א פערערגערונג אינעם מצב, מען האט דערביי געזאגט פרקי תהילים און דער גבאי ר' בערל האט דערנאך געמאכט א מי שברך פארן סקולענער רבי'ן בעבור שכל הקהל מתפללים בעבורו, להחלימו ולרפאותו להחזיקו ולהחיותו.
תיכף נאכן שבע ברכות האט בדחנא דמלכא ר' חיים געטער אויפגערופן דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א צום מצווה טאנץ מיט פאסיגע דברי חרוזין, זייענדיג מעורר זכותם פון די אבות הקדושים שרפי מעלה, דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען ניגוני הכנה ויהי נועם, און און מיט פידלעך האט מען אפגעשפילט די מסורה'דיגע ניגון פון יעקב אבינו כנהוג. דאן איז דער באיאנער רבי צוגעטרעטן צו די עבודת הריקודין, אין די צייט וואס אלע חסידים הייבן זיך העכער און העכער טפחיים מעל הקרקע, די רבי איז געטאנצן לפני הכלה מיט גרויס התלהבות, ווען דער פיל קעפיגער ציבור טאנצט מיט מיט גרויס דערהויבנקייט, דערנאך איז די רבי געטאנצן מיטן חתן פאר לענגערע מינוטן מיט אן אש קודש, און דערנאך א פייערדיגע ריקוד מיט בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף ברייאר שליט"א די אבי החתן און די בני המשפחה און באזונדערע טענץ מיט יעדער פון די זיידעס און מחותנים, און דערנאך א עקסטערע ריקוד מיט זיין איינציגע ברודער הרב ישראל אברהם ברייאר וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צו די שמחה.
נאכן רבינ'ס מצווה טאנץ האט דער רבי אנגעוואונטשן דעם ציבור ברכות לרוב, און זיך באדאנקט מעומקא דליבא פאר אלע משתתפים ביי די שמחה די אלע וואס זענען געקומען צופארן מקרוב ומרחוק, און ספעציעל זיך באדאנקט פאר די גרויסע פעטער'ס וועלעכע האבן זיך מטריח געווען באשיינען די שמחה, און געזעגנט די חסידים לחיים ולשלום מיטנעמענדיג אהיים מיט פיל השפעות טובות. דערנאך האט מען פארגעזעצט מיט די ריקודין של מצווה דורך די זיידעס האדמו"ר מסטרעליסק, גאב"ד הענדאן און די חשובע ברודער'ס און שוואגער'ס לבית סקולען, די פעטער האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן דערנאך די מחותנים און חתן לפני הכלה.
תגובות