top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אז נדברו יראי ה' • אלפי חסידי סאטמאר ביים מעמד 'לקונן ולשנן' ערב יום המר ה' אייר

מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן זונטאג פארנאכטס ערב יום המר והנמהר ה' אייר זענען זיך הונדערטער סאטמארער חסידים צונויפגעקומען ביים מעמד 'לקונן ולשנן' אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג ווי מ'האט געהערט די דבר ה' ברמה און איבערגעחזרט דעם דעת תורה הברורה און די ברענעדיגע זמנים.


מיטן פתיחת המעמד האט אויפגעטראטן הרב הגאון רבי יעקב נחמן שטויבער שליט"א מנהל רוחני בישיבה גדולה ד'סאטמאר און אחד מוותיקי תלמידי הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס האט איבערגעגעבן וואס ער האט מיטגעהאלטען און מקבל געווען בהלו נרו על ראשינו, און צו חזר'ן די ווערטער וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אויסגעלערנט.


די משא המעמד איז געהערט געווארן דורך הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וואס האט אוועקגעשטעלט די קלארע יסודות בדרכי השקפה, און ארויסגעברעגנט דער חובת השעת זה לעומת זה.



















bottom of page