מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
פילע חסידים ואנשי מעשה תושבי לעיקוואד האבן נעכטן מקבל פנים געוועהן דעם געהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה וועלכע איז צוגאסט די טעג אין שטאט אויף אפרוה, די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם רבינס איידעם כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא אוקענוויין שליט"א וועלכע האט איינגעלאדענט דעם רבי'ן שליט"א אויף א באזוך בחצר קדשו בזמן שהצדיק בעיר. ביים אנקומען האט אפגעווארט א גרויסן ציבור תושבי המקום ובראשם די רבני העיר. מען האט געדאווענט מנחה - מעריב, און דאן האט נאכגעפאלגט די מסיבת ליים רבתי וואו דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א האט מקבל פנים געוועהן זיין גרויסן שווער מיט פאסיגע דברי ברכה ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע השפעות וואס א צדיק לאזט איבער אויף א מקום, יציאת צדיק מן העיר עושה רושם, די רבי האט דאן מכבד געוועהן מיט א דרשה הגה"צ רבי שאול שמחה פרידמאן אבד"ק שמן למנחה נאדפאלע אן איידעם פונעם קאלובער רבי'ן. נאכן מעמד איז געוועהן א געלעגנהייט אריבערצוגייען שלום נעמען, דערנאך האט די רבי שליט"א אויפגענימען דעם ציבור מיט קוויטלעך דארט אין ביהמ"ד וואו הונדערטער אידן זענען אריין להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
Comments