top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחאה אדירה בחוצות ירושלים אפגעשטופט אויף זונטאג קרח; וועט ארייננעמען ליטווישע און ספרדישע קרייזן

דינסטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א שטורמישע מושב בית דין איז היינט אפגעהאלטן געווארן אינעם בית הגדול שבירושלים, וואו די שרי התורה ובראשם דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א האבן געגעבן די ענדגילטיגע החלטה ודעת תורה איבער די מחאה אדירה וואס דער ביד"ץ האט אריגינעל געהאט פאררופן אויף מארגן מיטוואך, כ' סיון, אויסצושרייען דעם הילכיגן וויי געשריי און זעקת התורה קעגן די רשעי הציונים ועוקרי התורה וואס האבן באשטעטיגט דעם ביטערן גזירת הגיוס.


דורכאויס דעם מושב בית דין איז ערהאלטן געווארן א בקשה מיוחדת פונעם פוסק הדור שליט"א אפצושטופן דעם עצרת מחאה אויף קומענדיגן זונטאג קרח, כדי מ'זאל זיך קענען צוגרייטן כראוי און אויסברייטערן אז די מחאה זאל אויך ארייננעמען מערערע שיכטן און קרייזן פונעם יהדות החרדית, און עס זאל נישט זיין מיוחד נאר פאר די בני העדה החרדית.


לויט די באשטעטיגטע פלענער וועט די מחאה אדירה אפגעהאלטן ווערן זונטאג קרח אויף די גיגאנטישע שטחים פון כיכר זופניק און ארומיגע גאסן, וואו מרן פוסק הדור רבי משה שטערנבוך שליט"א וועט אויסשרייען דעם קול מחאה בדברות קודש מלהבות אש, און אזוי אויך וועלן אויפטרעטן די איבריגע חברי הביד"ץ שרי התורה שליט"א. דערנאך וועט פארזעצן די תהלוכת המחאה על פני רחוב מלכי ישראל, ביז אריבער רחוב שרי ישראל, קעגן דעם טרויעריג בארימטן לשכת הגיוס, וואו דארט וועלן זיך אנשליסן אויך די קהילות פון פלג ירושלים און די קהילות פון עדות המזרח, און נאך.


דורכאויס די מושב בית דין האבן די חברי הביד"ץ ארויסגעגעבן א מכתב מיוחד אנבאלאנגט די מחאה, אונטער'ן קעפל "על הצר הצורר אתכם והרעותם בחצוצרות", וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גזירה איומה וואס הויערט אויפ'ן תורה אידנטום אין ארץ ישראל, און די חובת השעה ארויסצוגיין שרייען אין די גאסן, וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג על פני ככר זופניק, און שפעטער וועט די מחאה פארזעצן דורך די ארגאניזירונג פון עסקנים פון די הנהלת העדה החרדית, צוזאמען מיט עסקנים פון כלל יהדות החרדית ובני תורה, וואו מ'וועט אויסדרוקן דעם קול מחאה אויף די גזירה נוראה.



bottom of page