top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפת חיזוק פאר אלע משגיחי כשרות שע"י ביד"ץ דקהל ישמח משה נירבאטור

דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

אַ ספּעציעלע אסיפת חיזוק איז פאָרגעקומען פאַר אַלע משגיחי כשרות אינערהאַלב די מערכת הכשרות דקהל ישמח משה נירבאַטור, אינאיינעם מיט אַ סעודת ראש חודש און מסיבת חנוכה, פאַרלאָפענעם מיטוואָך ראש חודש טבת. ביי רייך געדעקטע טישן זענען געזעצט געוואָרן די אַריבער זעכציג משגיחי כשרות, וואָס רעכנט אַריין די משגיחים אין די בתי שחיטות, משגיחים בבדיקת תולעים, משגיחים פון די קעיטערינג זאַלן אונטער די נירבאַטור השגחה, משגיחים וואָס גייען נאָך די פּראָדוקציע פון אינגרידיענטס, מילכיגע פּראָדוקציע, און נאָך פאַרשידענע סאָרט אַרבעט.


בראש המסובים האָט זיך אָנגעזען הגה"צ גאב"ד נירבאַטור שליט"א, וועלכער שטייט אין שפּיץ פון דעם ריזיגן כשרות אַפּאַראַט. דער רב האט משמיע געווען דברי חיזוק און דערציילט די השתלשלות פון דער השגחה, וואָס איז היינט די לענגסטע און פּריוואַטע כשרות על אדמת אַמעריקע, אַוועקגעשטעלט בעידודו ובעצתו הרמה פון הרה"ק מסאַטמאַר זי"ע .


דער רב האָט אַרויסגעברענגט די געוואַלדיגע סייעתא דשמיא וואָס מ'זעט כסדר אין די מערכת הכשרות, און די השגחה פרטית ווי דער אויבערשטער היט אויף זיינע קינדערלעך. אויך האָט מען געהערט דרשות פון די רבני הביד"ץ ד'נירבאטור , הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א זון פונעם רב, הרה"ג ר' אלעזר אייכענשטיין שליט"א, און הרה"ג ר' מענדיל איינהאָרן שליט"א. אויך האָט אויפגעטרעטן דער ראש השוחטים הרב חיים בצלאל בלום שליט"א, און הרב יעקב יצחק יאַקאָבאָוויטש שליט"א ראש המשגיחים פון די עללי פּרעססינג קאָמפּאַני .


צווישן די רבנים און משגיחי כשרות האָט זיך אָנגעזען הרה"ג ר' יואל רוקח שליט"א אב"ד קאָזלאָוו מאָנסי, רב המקומי אין דער בית השחיט ה עמפּייע"ר רבות בשנים .










Comments


bottom of page