top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי וויזניץ מאנסי רישן זיך געשפאנט צו היסטארישן "שבת שהחיינו", חינוך "קרית הישיבות" אין נייעק

דינסטאג וזאת הברכה ב' • י"ג תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

אלפי חסידי וויזניץ מאנסי זענען איינגעהילט אין א גייסט פון שמחה וחדוה זיך גרייטנדיג מיטצולעבן א היסטארישע געשעעניש בתולדות בית וויזניץ, דער גרויסער "שבת שהחיינו" וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם קומענדיגן שב"ק פר' נח, ר"ח חשון, אינעם נייעם "קרית הישיבות" אין נייעק, דער גיגאנטישער קאמפלעקס פון מבצרים מפוארים וואס דינט אלס אכסניא של תורה פון די הייליגע אימפעריע פון ישיבות הקדושות דוויזניץ.


דער "שבת שהחיינו" אנטשפרעכט צו זיין א זמן קהלה לכל קהלא קדישא הדין, ווען אלפי אנ"ש חסידי וויזניץ זקנים עם נערים וועלן אינאיינעם אפרעכטן א געהויבענעם שבת קודש בשבת אחים גם יחד, בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, נאכגעפאלגט מיט די פייערליכע מאורעות זונטאג לך דערויף, די מעמדי הוד פון שמחת הכנסת ספר תורה און מעמד "חנוכת הבית", אפצוצייכענען דעם היסטארישן געלעגנהייט פון מחנך זיין דעם קרית מלך רב און די בניני ומבצרי הישיבות הקדושות, אויף וואס חסידי וויזניץ קוקן שוין אזוי לאנג ארויס, און וועט איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אויתיות אין די היסטאריע פון בית וויזניץ.


א שטאב פון עסקנים ארבעטן פיבערהאפט די לעצטע פארבליבענע וואכן ביז'ן שבת אהערצושטעלן דעם שבת און די נאכפאלגנדע ימים הנעלים אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן. עס איז שוין אריין אין שוואונג אן אקטיווע הרשמה און די עסקנים זענען פארנומען מיט'ן אויפנעמען די אפליקאציעס פונעם גאנצן ציבור זקנים עם נערים, וגם לרבות בחורי הישיבות, וואס וועלן מיטלעבן דעם שבת נועם הנשמות.


אלס טייל פונעם מאסיוון אש"ל אפאראט צו קענען מסדר זיין די טויזנטער משתתפים מיט אכסניות, איז געווארן ארויסגעדינגען דער גרויסער "נייעק האטעל" א 15 מינוט וועג צופיס פונעם נייעם בנין הישיבה, וואס פארמאגט אריבער 100 האטעל צימערן, און וועלן פולקאם שטיין צודינסט פאר די משתתפי השבת. באזונדער וועט אויפגעשטעלט ווערן א ריזיגער טענט וואס וועט ווערן אויסגערישט מיט טויזנטער מאטראצן.


דער שבת וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט'ן מעמד "הכנסת ספר תורה" זונטאג פר' לך, אריינגעגעבן דורכ'ן בריח התיכון און הויפט נדבן ופטרון פונעם קרית הישיבות דוויזניץ אין נייעק, הרבני הנגיד המרומם ר' יעקב פעלדמאן, און דערנאך וועט אפגעהאלטן ווערן די גראנדיעזע חגיגת חנוכת הבית אינעם בנין החדש בנדבת הרבני הנגיד ר' אברהם חיים סעמיועלס מגדולי תומכי ונדבני בית וויזניץ.


הנה ימים באים, גדול יהיה כבוד השבת והמעמדים האלו



Comments


bottom of page